אין בני ברק וועט גארנישט פאלען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???

כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.

נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

יאיר האט געשריבן:איך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.


קידושין דף לט ע"ב

 רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה; בכיבוד אב ואם כתיב: "למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך", בשילוח הקן כתיב: "למען ייטב לך והארכת ימים". הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים, ובחזירתו נפל ומת, היכן טובת ימיו של זה? והיכן אריכות ימיו של זה? אלא, למען ייטב לך - לעולם שכולו טוב ולמען יאריכון ימיך - לעולם שכולו ארוך.
פארדריי די דיר דיין קאפ
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לערן אביסל ווייטער אויפן עמוד.

אמר רב יוסף אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה לא חטא ואחר מאי הוא איכא דאמרי כי האי גוונא חזא ואיכא דאמרי לישנא דחוצפית המתורגמן חזא דהוה גריר ליה דבר אחר אמר פה שהפיק מרגליות ילחך עפר נפק חטא.

די תירוץ פון עוה"ב איז טאקע געווען צו פארענטפערן דעם דאזיגן קושיא.
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

קאווע טרינקער האט געשריבן:מה כל הרעש? די הבטחה פונעם חזון איש איז נאר כשעושים רצונו של מקום.
אויף אסאך שווערערע קשיות נוצען חז"ל אזא תירוץ.


ר' חיים זאגט דאך היינט ווען די פרויען גייען אנגאטוהן פריצותדיג אז מען דארף נישט מורא האבן, אפילו אז אינם עושים רצונם של מקום.
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

יאיר האט געשריבן:איך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.

זאגט לפחות להבדיל אלף אלפי הבדלות
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

במקום שיש חילול השם אין חולקים כבוד לרב. אין פיקוח נפש איז דאך זיכער דוחה כבוד הרב, עס איז העכסט צייט אז איינער זאל שטעלן די אלע זאגערס אין פלאץ! ביסט א רב א רבי? Stick to your job , מיש דיר נישט ווי די באלאנגסט נישט, אויף רפואה פרעגט מען א דאקטער, אין ווען די אריין גיין אין בונקער פרעגט מען א מיליטער מאן נישט קיין רב.
על כגון דא אמרו שוסטער נישט העכער פין שיך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:נעבעך.

ער פלעגט זיך נישט מישען אין גארנישט, לעצטענס האר ער געמאכט א טיילונג ביי די ליטאים.

מען פלעגט זאגען אז דער יצה"ר לאזט איינער ווי אים דינען דער אויבערשטער אגאנץ לעבען אבי ער זאל אויף דער עלטער אנמאכען א חורבן.

השם ישמרנו.

איך ווייס נישט. כ'האב שוין געהערט פון א צווייטן "פאליטישן" אויך אז ר' חיים קניבסקי שליט"א איז שולדיג אין די טיילונג ביי די ליטאים. דאס איז אבער נישט אמת. ווייל דער צד פון ר' שמואל אויערבאך שליט"א איז ממילא געוועין געניג שטארק. (פארשטייצעך, אלס מחלוקת לשם שמים. נישט ח"ו קיין אייגענע נגיעות פון פאליטיק. אדער שוויצן.). זיי האבן זיך נאר פאררופן אויף ר' חיים, אז ער האט געהייסן זיך טיילן. און ר' שמואל אליינס האט אויך אראפגעברענגט דעם כבוד התורה מיט ארויסגיין פון די ד' אמות של הלכה און אריינגיין אין פאליטיק. ווי הייליג די כוונות זאללן נאר זיין... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( :o
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

ר' בערעל דאס איז נישט די נושא, די אויערבאך פראקציע "פלג הירושלמי ווי מרופט זיי זענען ווייט פון טליתים שכולו תכלת, ס'איז קלאר אז זיי זענען זיך אויך ווערט די געלט, און זיי האבן אויך געטוהן פעולות להדליק את הבערה נישט ממש נאר לשם שמים. אבער קיינמאל איז א מחלוקת נאר אויף איין זייט, און וויזניץ יוכיח, ווען ר' ישראל איז אויף איין זייט פון די מערכה, איז נישט דא ציפול מיט וועם זיך צי קריגן, און קוק ווי שיין עס האט זיך געענדיגט.

אבער עס איז דא זאכען וואס זענען אין די נארמאלע ראמען פון געווענליכע קריגערייען, א פראסק פאר א פראסק, און עס איז דא זאכן זאכן וואס זענען נאך אלץ אומאקצעפטירבאר. (בני יואל מערכה פאר עקזעמפעל, עיין דרשת הברך משה המובא כאן לעיל)

בשעת די פלג הירושלמי האט געטון נארמאלע פעולות זיך צי בויען צי האבן א שטימע, און אייגענע רעכטען, ווי א אייגענע צייטונג און א אייגענע פארטיי ביי די בחירות, האט די ליטווישע אסטעבלישמענט ציריקגעפייט (און פייטען נאך יעצט) ווי און רוסלאנד קאמיניזעם, עס איז ממש קראנק און שוידערליך די נארישע טפשותדיגע מערכה וואס זיי פירען.

אבער אין די צייט וואס הרב שטיינמאן אליינס האלטן זיי גאנץ קלין, ער האט גענוג אייגענע פוטער אויפ'ן קאפ און ער איז קאנטערווערסיאל אזוי אויך, ווי אויך איז ער א קלוגער ראפאנירטער איד מען קען נישט מיט אים טוהן וואס זיי ווילען, ניצען זיי די פאוער און תמימות פון ר' חיים צי טוהן די שמוציגע ארבעט, איך האב נישט קיין נערווען צי מאכען יעצט דא ליקוט פון די לעצטיגע סטעיטמענטס און פסקים, אבער דארפסט נישט אסאך זוכען, און עס איז נאך מסתמא נישט פערטיג, סאיז פרעצעדענטלאז און אלע וועגן די גאר עקסטרעמע "יתלו אותם על העץ" "זקן ממרא" סטייל פסקים וואס קומט ארוס פון דארט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' תמים: איך גיי דא יעצט נישט רעדן אויף הרב שטיינמאן שליט"א. נאר ער האט געניג פיקחות אין מילי דעלמא און היימישע פאליטיק אז ער זאל נישט לאזן ניצן זיין נאמען און פאזיציע פאר זייערע פאליטישע צוועקן. משא"כ די פארטיי פון ר' שמואל אויערבאך איז מלתחילה געבויעט אויף דעם יסוד אז הרב שטיינמאן טויג נישט. זיי נוצן נאר אויס די תמימות פון הרב חיים קנייבסקי פאר זייערע פאליטישע צוועקן. אפשר 'עט דאס העלפן פאר א פאר תמימים. רוב עולם קען אבער אדורך זעהן זייערע פאליטישע כוונות... :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואב האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???

כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.

נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.

אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע עצה די רבי'ס זאלן אנהויבן אויסנוצן זייערע טאלאנטן, און לאזן דעם עולם נהנה זיין פון זייערע ברייטע ידיעות אין בעקאטשאלאגיע און אומשאצבארע גאונות אין שלשידעס תורה. מען וואלט געדארפט מאכן א געהעריגע אינסטיטוציע וואו מען קען אנפרעגן אלע רבי'ס, יעדער אין זיין ספעציאליטעט. ר' בנציון באבוב'ער אין פיאות קרייזעלאגיע, ר' מאטעלע אין אומפאטאגאראפיע, ר' מלכיאל קאטלער אין בארדאלאגיע, און אזוי ווייטער. פארשטייט זיך אז ס'איז דא רבי'ס וואס האבן אויך פשוט'ע קענטעניסן, ווי למשל ריעל עסטעיט וכדו', זאלן זיי מיטטיילן מיט'ן עולם ווי אזוי זיי מאכן אפאר דאלער, און ארויסהעלפן אידישע קינדער. פארשטייט זיך אז מען וועט דארפן באצאלן דערפאר א געהעריגע סומע קוויטל געלט, ווי פאר אלע ביזנעס קאנסאלטענטס. פארוואס זאלן די רבי'ס נישט קענען נהנה זיין מיגיע כפיהם פון א מלאכה קלה ונקיה?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

BREAKING! הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך הגרמ"מ מויזניץ נישט מער רופן אדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

מיין טאכטער קומט אהיים פארציילן אז אין ב"ב דארף מען נישט מורא האבן ווייל די חזו"א האט צוגעזאגט אז עס גייט נישט פאלן קיין באמבע.
בס"ד האב איך איר געזאגט אז עס קען נישט זיין אמת, ווייך די חזו"א איז געוועהן א קלוגע איד און ער האט נישט סתם געזאגט ליידיגע (blank) סטעטמענטס. קען זיין אז ווען ער האט געלעבט און עס איז געוועהן דעמאלס מיט די אראבערס, און ברוב חכמתו האט ער פארשטאנען אז די באמבעס וועלן נישט אהנקומען קיין ב"ב. אדער אז ער האט דעמאלס שטארק מתפלל געוועהן, ער האט געהאט אזא הרגשה. אבער אז לעולם וועט נישט פאלן קיין באמבעס, קען נישט זיין.
די סיבה וואס איך האב אזוי געזאגט איז געוועהן 1 ווייל איך האב נישט געקענט קיינמאהל גלייבן אז די חזו"א האט אזוי געזאגט. 2 ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס מאל קען זיין אז עס וועט יא פאלן, ממילא איך האב מקדים געוועהן רפואה למכה.
די נעקסטע טאג והנה באמבע אין ב"ב!!!
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

zurich האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו ווען די מיסיל אלארם צינד זיך און אלע לויפן אריין אין די בונקערס לויפן די רביס אריין מיט די גבאים אדער די גבאים לאזן די רביס הענגן?
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

ראש הישיבה = חכם וחכם עדיף מנביא.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

מען הערט שוין ווידער אז אין ב''ב איז געפאלען.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

on Chazon Ish St
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

יין שרף האט געשריבן:BREAKING! הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך הגרמ"מ מויזניץ נישט מער רופן אדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!


הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך החזון איש נישט מער רופן חזון איש, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראש הישיבה האט געשריבן:מיין טאכטער קומט אהיים פארציילן אז אין ב"ב דארף מען נישט מורא האבן ווייל די חזו"א האט צוגעזאגט אז עס גייט נישט פאלן קיין באמבע.
בס"ד האב איך איר געזאגט אז עס קען נישט זיין אמת, ווייך די חזו"א איז געוועהן א קלוגע איד און ער האט נישט סתם געזאגט ליידיגע (blank) סטעטמענטס. קען זיין אז ווען ער האט געלעבט און עס איז געוועהן דעמאלס מיט די אראבערס, און ברוב חכמתו האט ער פארשטאנען אז די באמבעס וועלן נישט אהנקומען קיין ב"ב. אדער אז ער האט דעמאלס שטארק מתפלל געוועהן, ער האט געהאט אזא הרגשה. אבער אז לעולם וועט נישט פאלן קיין באמבעס, קען נישט זיין.
די סיבה וואס איך האב אזוי געזאגט איז געוועהן 1 ווייל איך האב נישט געקענט קיינמאהל גלייבן אז די חזו"א האט אזוי געזאגט. 2 ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס מאל קען זיין אז עס וועט יא פאלן, ממילא איך האב מקדים געוועהן רפואה למכה.
די נעקסטע טאג והנה באמבע אין ב"ב!!!

ר' ראש הישיבה שליט"א: איך וועל דיר געיבן א דוגמא וויאזוי מענטשן האבן ליעב מגזים (או.קעי., מע-גאזעם, אויף היימיש.) צו זיין. מיט א פאר יאר צוריק איז נפטר געווארן אן אלטער איד וועלכער האט נאך געזעהן דעם חפץ חיים זצ"ל. זענען ארומגעגאנגען שמועות אז דער איד, וועלכער איז א תלמיד פון ח"ח האט פארויסגעזאגט בשם זיין רעבין ווען משיח וועט קומען. ס'איז אפילו געווען א באשרייבונג אין "משפחה" מאגאזין. האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דער איד איז גאר נישט געוועין קיין תלמיד פונ'ם ח"ח. נאר, אויפ'ן וועיג צו זיין ישיבה האט ער פארברענגט איין שבת אין ראדין ביים ח"ח... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
נושא ונותן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:33 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך נושא ונותן »

אויף רחוב חזו"א דווקא, הוא אשר אמר זעירי אין סנהדרין צ"ח ע"א אין בן דוד בא עד שיכלו גסי הרוח מישראל שנאמר כי אז אסיר מקרבך עליזי גאותך.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

גיוואלד. הסתר בתוך הסתר...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:פאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
פאר דו ווערסט באלייקט. קענסט אפשר אנגעבן א מקור ?
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קודם וויל איך בעטן אז קיינער זאל מיר נישט לייקן וועל ס'דא אידן וואס עס טוט זיי וויי פערזענליך. בנוגע די מקור, כך שמעתי ממקורות נאמנים מפי תלמידי וחסידי רבינו.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
פארשפארט