בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:27 pm
דורך יואב
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.
נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:29 pm
דורך דריידל
יאיר האט געשריבן:איך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.
קידושין דף לט ע"ב
רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה, שאין תחיית המתים תלויה בה; בכיבוד אב ואם כתיב: "למען יאריכון ימיך ולמען ייטב לך", בשילוח הקן כתיב: "למען ייטב לך והארכת ימים". הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים, ובחזירתו נפל ומת, היכן טובת ימיו של זה? והיכן אריכות ימיו של זה? אלא, למען ייטב לך - לעולם שכולו טוב ולמען יאריכון ימיך - לעולם שכולו ארוך.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:39 pm
דורך געפילטע פיש
לערן אביסל ווייטער אויפן עמוד.
אמר רב יוסף אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה לא חטא ואחר מאי הוא איכא דאמרי כי האי גוונא חזא ואיכא דאמרי לישנא דחוצפית המתורגמן חזא דהוה גריר ליה דבר אחר אמר פה שהפיק מרגליות ילחך עפר נפק חטא.
די תירוץ פון עוה"ב איז טאקע געווען צו פארענטפערן דעם דאזיגן קושיא.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:57 pm
דורך נושא ונותן
קאווע טרינקער האט געשריבן:מה כל הרעש? די הבטחה פונעם חזון איש איז נאר כשעושים רצונו של מקום.
אויף אסאך שווערערע קשיות נוצען חז"ל אזא תירוץ.
ר' חיים זאגט דאך היינט ווען די פרויען גייען אנגאטוהן פריצותדיג אז מען דארף נישט מורא האבן, אפילו אז אינם עושים רצונם של מקום.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:58 pm
דורך נושא ונותן
יאיר האט געשריבן:איך ווייס א מעשה פון איינער וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען איז מכבד די טאטע מאמע און מען שיקט אוועק די מאמע פייגל פאר מען נעמט די קינדער וועט מען לעבן לאנג. למעשה האט אן אנדערער מקיים געווען ביידע זאכן אויף אמאל און ער איז בשעת מעשה געשטארבן. איינער פון די צושויער האט טאקע געזאגט אז לית דין ולית דיין, די אנדערע האבן געטראפן געוויסע תירוצים אויסצוארבעטן אז מען קען סיי שטארבן און סיי לעבן לאנג אויפאמאל. והלכה כבתראי. הגה, וכן נוהגים.
זאגט לפחות להבדיל אלף אלפי הבדלות
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 4:03 pm
דורך נושא ונותן
במקום שיש חילול השם אין חולקים כבוד לרב. אין פיקוח נפש איז דאך זיכער דוחה כבוד הרב, עס איז העכסט צייט אז איינער זאל שטעלן די אלע זאגערס אין פלאץ! ביסט א רב א רבי? Stick to your job , מיש דיר נישט ווי די באלאנגסט נישט, אויף רפואה פרעגט מען א דאקטער, אין ווען די אריין גיין אין בונקער פרעגט מען א מיליטער מאן נישט קיין רב.
על כגון דא אמרו שוסטער נישט העכער פין שיך
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 4:29 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 5:09 pm
דורך תמים
ר' בערעל דאס איז נישט די נושא, די אויערבאך פראקציע "פלג הירושלמי ווי מרופט זיי זענען ווייט פון טליתים שכולו תכלת, ס'איז קלאר אז זיי זענען זיך אויך ווערט די געלט, און זיי האבן אויך געטוהן פעולות להדליק את הבערה נישט ממש נאר לשם שמים. אבער קיינמאל איז א מחלוקת נאר אויף איין זייט, און וויזניץ יוכיח, ווען ר' ישראל איז אויף איין זייט פון די מערכה, איז נישט דא ציפול מיט וועם זיך צי קריגן, און קוק ווי שיין עס האט זיך געענדיגט.
אבער עס איז דא זאכען וואס זענען אין די נארמאלע ראמען פון געווענליכע קריגערייען, א פראסק פאר א פראסק, און עס איז דא זאכן זאכן וואס זענען נאך אלץ אומאקצעפטירבאר. (בני יואל מערכה פאר עקזעמפעל, עיין דרשת הברך משה המובא כאן לעיל)
בשעת די פלג הירושלמי האט געטון נארמאלע פעולות זיך צי בויען צי האבן א שטימע, און אייגענע רעכטען, ווי א אייגענע צייטונג און א אייגענע פארטיי ביי די בחירות, האט די ליטווישע אסטעבלישמענט ציריקגעפייט (און פייטען נאך יעצט) ווי און רוסלאנד קאמיניזעם, עס איז ממש קראנק און שוידערליך די נארישע טפשותדיגע מערכה וואס זיי פירען.
אבער אין די צייט וואס הרב שטיינמאן אליינס האלטן זיי גאנץ קלין, ער האט גענוג אייגענע פוטער אויפ'ן קאפ און ער איז קאנטערווערסיאל אזוי אויך, ווי אויך איז ער א קלוגער ראפאנירטער איד מען קען נישט מיט אים טוהן וואס זיי ווילען, ניצען זיי די פאוער און תמימות פון ר' חיים צי טוהן די שמוציגע ארבעט, איך האב נישט קיין נערווען צי מאכען יעצט דא ליקוט פון די לעצטיגע סטעיטמענטס און פסקים, אבער דארפסט נישט אסאך זוכען, און עס איז נאך מסתמא נישט פערטיג, סאיז פרעצעדענטלאז און אלע וועגן די גאר עקסטרעמע "יתלו אותם על העץ" "זקן ממרא" סטייל פסקים וואס קומט ארוס פון דארט.
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 8:02 pm
דורך יאיר
יואב האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס?
איר פראבירט מיר צו זאגן אז מ'זאל נישט גיין פרעגן דעת תורה אדער א רבי וועלטליכע זאכן?
הייסט דאס וואס די וועלט פרעגט רבי'ס ווען זיי זענען אין א עת צרה מאכסטו יעצט אוועק אין א רגע?
אז מענטשן האבן געזעהן אפענע השגחה פרטיות ביים פרעגן רבי'ס ווען זיי האבן זיך ח"ו געדארפט אפרירען וגו' אדער וועגען ביזנעס וגו',
דאס איז אלץ גארבידז ביי דיר???
כבר דעת ועוד. סתם ווייל ער איז אן אייניקל פון סרח בת כשר, און האט א ייחוס בריוו וועלכן פארלאנגט א משזר׳דיגן זויל אויפ׳ן כי-רוצה-ה׳-בעמו חתונה בריוול, גיבט נאך נישט פאר דעם רבי׳ן סיי וואספארא ידיעה איבער דברים העומדים פון אינדרויסן די גרעניצן פון שאלעשידעס תורות, אדער קעסטלדיגע אינטערנעט פסקים. האלסט דיין רבי איז א חשובער איד, נעם א ברכה, דערלאנג אים אזא הונדערטער-קנייטש-גע׳פועל׳ט אלעס גוט. ער קען לערנען אויך? ממש א רעש אין הימל. אבער זיינע באגרייפונגען אין בעקעטשעלאגיע, און קענטעניסן איבער שמאטע קאלירן, קומען אים קנאפ צוניץ, און איז לאו דוקא מוכרח צו זיין אקוראט, ווען ס׳קומט צו פאסן א באשלוס איבער א כירורגיע פראצעדור, פאר א פאסיגער עצה איבער א חד גדיא פלאנטער, אדער פינאנציעלע ראט.
נוץ אביסל שכל, אדערווייז סקרו יור-סעלף.
אפשר וואלט טאקע געווען א גוטע עצה די רבי'ס זאלן אנהויבן אויסנוצן זייערע טאלאנטן, און לאזן דעם עולם נהנה זיין פון זייערע ברייטע ידיעות אין בעקאטשאלאגיע און אומשאצבארע גאונות אין שלשידעס תורה. מען וואלט געדארפט מאכן א געהעריגע אינסטיטוציע וואו מען קען אנפרעגן אלע רבי'ס, יעדער אין זיין ספעציאליטעט. ר' בנציון באבוב'ער אין פיאות קרייזעלאגיע, ר' מאטעלע אין אומפאטאגאראפיע, ר' מלכיאל קאטלער אין בארדאלאגיע, און אזוי ווייטער. פארשטייט זיך אז ס'איז דא רבי'ס וואס האבן אויך פשוט'ע קענטעניסן, ווי למשל ריעל עסטעיט וכדו', זאלן זיי מיטטיילן מיט'ן עולם ווי אזוי זיי מאכן אפאר דאלער, און ארויסהעלפן אידישע קינדער. פארשטייט זיך אז מען וועט דארפן באצאלן דערפאר א געהעריגע סומע קוויטל געלט, ווי פאר אלע ביזנעס קאנסאלטענטס. פארוואס זאלן די רבי'ס נישט קענען נהנה זיין מיגיע כפיהם פון א מלאכה קלה ונקיה?
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:16 pm
דורך יין שרף
BREAKING! הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך הגרמ"מ מויזניץ נישט מער רופן אדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:53 pm
דורך ראש הישיבה
מיין טאכטער קומט אהיים פארציילן אז אין ב"ב דארף מען נישט מורא האבן ווייל די חזו"א האט צוגעזאגט אז עס גייט נישט פאלן קיין באמבע.
בס"ד האב איך איר געזאגט אז עס קען נישט זיין אמת, ווייך די חזו"א איז געוועהן א קלוגע איד און ער האט נישט סתם געזאגט ליידיגע (blank) סטעטמענטס. קען זיין אז ווען ער האט געלעבט און עס איז געוועהן דעמאלס מיט די אראבערס, און ברוב חכמתו האט ער פארשטאנען אז די באמבעס וועלן נישט אהנקומען קיין ב"ב. אדער אז ער האט דעמאלס שטארק מתפלל געוועהן, ער האט געהאט אזא הרגשה. אבער אז לעולם וועט נישט פאלן קיין באמבעס, קען נישט זיין.
די סיבה וואס איך האב אזוי געזאגט איז געוועהן 1 ווייל איך האב נישט געקענט קיינמאהל גלייבן אז די חזו"א האט אזוי געזאגט. 2 ווייל איך האב פארשטאנען אז דאס מאל קען זיין אז עס וועט יא פאלן, ממילא איך האב מקדים געוועהן רפואה למכה.
די נעקסטע טאג והנה באמבע אין ב"ב!!!
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:01 am
דורך zurich
zurich האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו ווען די מיסיל אלארם צינד זיך און אלע לויפן אריין אין די בונקערס לויפן די רביס אריין מיט די גבאים אדער די גבאים לאזן די רביס הענגן?
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:04 am
דורך petergrifin
ראש הישיבה = חכם וחכם עדיף מנביא.
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:10 pm
דורך עפל סיידער
מען הערט שוין ווידער אז אין ב''ב איז געפאלען.
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:24 pm
דורך outspoken
on Chazon Ish St
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 12:27 pm
דורך outspoken
יין שרף האט געשריבן:BREAKING! הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך הגרמ"מ מויזניץ נישט מער רופן אדמו"ר מויז'ניץ בני ברק, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
הגר"ח קניבסקי שליט"א: ע"פ פסק דין פון מרן החזון איש, קען זיך החזון איש נישט מער רופן חזון איש, ווייל עס איז געפאלו א ראקעט דארט!!!
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 1:33 pm
דורך נושא ונותן
אויף רחוב חזו"א דווקא, הוא אשר אמר זעירי אין סנהדרין צ"ח ע"א אין בן דוד בא עד שיכלו גסי הרוח מישראל שנאמר כי אז אסיר מקרבך עליזי גאותך.
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 3:04 pm
דורך יין שרף
גיוואלד. הסתר בתוך הסתר...
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 4:05 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 4:19 pm
דורך משבק
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:פאר די סאטמערע ניקים וואס באסמאקעוון זיך מיטן דורכפאל פונעם חזון איש, וויל איך דא דערמאנען א צווייטע נבואה פונעם רבי זי"ע אז מדינת ישראל וועט נישט שטיין קיין גאנצע פיפציג יאר.
פאר דו ווערסט באלייקט. קענסט אפשר אנגעבן א מקור ?
נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 4:37 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קודם וויל איך בעטן אז קיינער זאל מיר נישט לייקן וועל ס'דא אידן וואס עס טוט זיי וויי פערזענליך. בנוגע די מקור, כך שמעתי ממקורות נאמנים מפי תלמידי וחסידי רבינו.