בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:17 pm
דורך ברוך שאמר
קינד_אן_קייט האט געשריבן:דער איד איז אונז א ברודער אבער אויף די קליפ׳ס זעהט זיך נישט אן קיין עולה פונעם פאליסמאן, דער יונגערמאן האט זיך ערנסט בא׳נער׳ישט.

אפשר קאן איינער מסביר זיין וואט דע העל גייט דא פאר? א פאלסמאן קען ציגיין ווען ער וויל אין צי וועם ער וויל אין זאגן you are under arrest אין אויב דער מענטש זאגט נישט אמן דאן קען ער איהם ארעסטירן אלץ resisting arrest??

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:30 pm
דורך לעמיל
די ענפער איז יא! דאס איז אונזער מלכות של חסד אויב פאלסטו נישט א פאליס מאן קען ער דיך ארעסטירען פאר נא גאד ריזען

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
דאס פארשטיי איך טאקע נישט. מיט וואס האט ער נישט געפאלגט? נישט געוואלט נעמען די טיקעט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:15 pm
דורך ברוך שאמר
לעמיל האט געשריבן:די ענפער איז יא! דאס איז אונזער מלכות של חסד אויב פאלסטו נישט א פאליס מאן קען ער דיך ארעסטירען פאר נא גאד ריזען

די ביסט זיכער אזוי איז די law?

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:17 pm
דורך ברוך שאמר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דאס פארשטיי איך טאקע נישט. מיט וואס האט ער נישט געפאלגט? נישט געוואלט נעמען די טיקעט?

נישט נעמען דעם קוויטל איז בכלל נישט קיין crime

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:17 pm
דורך אליצפן
ס'איז גאנץ קלאר אז עפעס פעלט דא פונעם מעשה. דער ווידיא הייבט זיך הערשט אן נאכדעם וואס ער שרייט שוין אז דער יונגערמאן איז אונטער ארעסט. וואס ס'געשעהן פריער זעהט מען נישט.
ווי אויך האט זיך דער יונגערמאן באנארישט מיטן סתם זיך שלאגן און שטיפן, אנשטאט וואלט ער געדארפט פרעגן עטליכע מאל, "פארוואס בין איך אנדער ארעסט?" לעגאל מוז דער פאליציאנט געבן א לעגיטימער סיבה פארוואס ער ארעסטירט אים. טאמער וואלט מען געזען אויפן ווידיא אז דער פאליסמאן האט נישט קיין גערעכטע סיבה צו ארעסטירן, וואלט אוטאמאטיש אוועקגעפאלן דער רעסיסטינג ארעסט קלאגע, ווייל רעסיסטינג ארעסט קען נאר זיין באופן וואס דער ארעסט איז לעגאל.
בכל אופן זיך שלאגן און קעגן שטעלן א פאליציי מאן איז קיינמאל נישט קיין קלוגע שריט. מ'שפילט זיך ממש מיטן לעבן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:24 pm
דורך לעמיל
ברוך שאמר האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:די ענפער איז יא! דאס איז אונזער מלכות של חסד אויב פאלסטו נישט א פאליס מאן קען ער דיך ארעסטירען פאר נא גאד ריזען

די ביסט זיכער אזוי איז די law?

יא, אויך אויף קול מבשר רעדט ר' יודל ליכטנשטיין זאגט ער אויך אזוי אז ווען א פאליס הייסט מוזטו פאלגען צו עס געפעלט דיך צו נישט

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:52 pm
דורך שמעקעדיג
און מען קען עס פארשטיין אויכעט. אודאי ווען מען רעדט פון א היימישן יונגערמאן לייגט זיך עס נישט אויפן שכל, אבער ווען דו טראכסט פון א פאטענציאל מערדער וכדומה, איז עס מער פארשטענדליך. איז דער געזעץ "קודם פאלג", מען וועט שוין אויפווייזן דיין אומשולד שפעטער.

מיר זענען ליידער אזוי בא'גדול'ט אין אמעריקע אז מיר קענען ממש נישט פארשטיין ווי א אפיציר קען אזוי ארעסטירן וועמען ס'פאקט אים אן, אבער קוקנדיג אין היסטאריע איז דאך דאס א קינדער שפיל אקעגן וואס אונזערע עלטערן האבן אדורכגעמאכט. פארפאלן מיר זענען אין גלות, און אמעריקע איז נישט אונזער היים. מיר דארפן ארויסווייזן הכנעה אקעגן אונזערע כלומר'שטע "שטאט טאטעס" אדער "ביג בראדערס", און שפעטער לעגאל פרובירן אויפווייזן וואס מען קען מיט די הילף פון געניטע אדוואקאטן. אבער אנקוקן די פאליציי ווי משגיחים אין ישיבה איז א פאטאלער טעות.

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 7:06 pm
דורך אליצפן
לעמיל האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:די ענפער איז יא! דאס איז אונזער מלכות של חסד אויב פאלסטו נישט א פאליס מאן קען ער דיך ארעסטירען פאר נא גאד ריזען

די ביסט זיכער אזוי איז די law?

יא, אויך אויף קול מבשר רעדט ר' יודל ליכטנשטיין זאגט ער אויך אזוי אז ווען א פאליס הייסט מוזטו פאלגען צו עס געפעלט דיך צו נישט

זעהט אויס ווי איך בין דער איינציגסטע תמים אינעם כדור הארץ וואס האט נישט קיין אהנונג ווער יודל ליכטענשטיין איז. אלזא אודה ולא אבוש, ווער איז דאס ר' יודל ליכטענשטיין? אן עסקן? פאליטישאן? סתם א רייסער מיט טשערי לייטס? מי הוא זה ואיזה הוא?

נשלח: פרייטאג יולי 18, 2014 7:20 pm
דורך משבק
ר יודל דער "שר הפודה שבויים "איז א באקאנטער עסקן פון וויליאמסבורג אין איז שוין יארן עוסק אין אסאך וואילטעטיגע זאכן בעיקר מיטן ארויסבעילן אידן . אויכעט איז ער א באקאנטער בעל צדקה . געבנדיג אסאך צדקה לעי"נ זיין זון וועלכער איז אומגעקומען אין דער העליקאפטער קראך מיט בערך צען יאר צוריק .http://www.vosizneias.com/77137/2011/02 ... directors/ https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... v2Ge40IOSQ

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:03 am
דורך קינד_אן_קייט
דער יונגערמאן האט מזל ער האט נישט באוויזען זיין חכמה אין מדינת ישראל, דארטן וואלט ער נישט ארויס מיט גאנצע אברים פאר סאך קלענערע חוצפה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:11 am
דורך ברעט מענינג
דער פאליס מאן וואס האט געספרעיט דעם יונגערמאן איז געווארען סוספענדעד!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:17 am
דורך אפטעמיסט
צוליב יענע אינצידענט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:50 am
דורך ברוך שאמר
ברעט מענינג האט געשריבן:דער פאליס מאן וואס האט געספרעיט דעם יונגערמאן איז געווארען סוספענדעד!

וואס מיינט suspended?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:53 am
דורך ברעט מענינג
ברוך שאמר האט געשריבן:
ברעט מענינג האט געשריבן:דער פאליס מאן וואס האט געספרעיט דעם יונגערמאן איז געווארען סוספענדעד!

וואס מיינט suspended?

הויזן טראגער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:01 am
דורך ברוך שאמר
Don't be a wise guy
איך האב נישט געפרעגט suspenders איך האב געפרעגט suspended!!!!!!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:04 am
דורך שרייבער
אקעי, יעצט ספרעי אים פארן זיין א ווייס גיי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:12 pm
דורך petergrifin
ברוך שאמר האט געשריבן:
ברעט מענינג האט געשריבן:דער פאליס מאן וואס האט געספרעיט דעם יונגערמאן איז געווארען סוספענדעד!

וואס מיינט suspended?

@ברוך שאמר
ס׳מײנט אז מען זאגט איהם קום נישט ארײן מארגן צו די ארבײט ביז מען לאזט דיך װיסען. ס׳קען זײן מיט
מיט װערן באצאלט אדער אן באצאלט. בקיצר נישט געפײערד. דעס איז דער טײטש יעצט פארװאס suspended?
װײל מסתם דארפען זײ מחליט זײן װי אזוי מען גײט װײטער.