בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 8:50 am
דורך מי אני
אזוי ווי ונבנתה האט געזאגט קען מען צוטיילן די פראגע אין צוויי:

א). איז מעגליך צו טרעוולען צום עתיד?

ב). איז מעגליך צו טרעוולען צום עבר?

אויף די ערשטע איז די ענטפער (טעקניקעלי) א זיכערע יא. אויב האט מען גענוג ענערגיע וכו׳ צו פארן אזוי שנעל וועט זיך (פון א צווייטנ׳ס פערספעקטיוו) דיין צייט פארשטייטערן אזוי אז ווען דו קומסט צוריק וועסטו זיין אין (זייער) עתיד; אזוי ווי ונבנתה האט אזוי פיין מסביר געווען.

אויפ׳ן צווייטן פראגע איז די ענטפער אן ״אפשר״. עס זענען דא סאלושאנס צו איינשטיינ׳ס עקוועישאנס וואס לאזן דאס צו [למשל, א ווארמהול וואו מ׳גייט אריין אין אונזער צייט און מ׳קומט ארויס אויף די אנדערע זייט אינ׳ם עבר]. די שאלה איז צו דאס איז במציאות מעגליך. סטיפען האווקינג האט געהאלטן אז עס איז דא א כראנאלגיע פראטעקשאן עידזשענסי אריינגעבויט אין די יקום וואס לאהט דאס נישט צו (עכ״פ אויף מעקרא לעוועלס) כדי נישט צוצוקומען צו טעמפארישע פאראדאקסן [למשל ונבנתה׳ס משל, איינער גייט צוריק אין צייט און הרג׳ט זיין זיידע אלס בחור אד״ג] און פראבלעמען אין קאזעליטי בכלל [די עפעקט זאל נישט זיין פאר די קאז].

אנדערע ווילן היפאטיזירן אז טאמער איז עס יא (בעצם) מעגליך, איז ווען מען גייט צוריק גייט מען צו א פאראלעל אוניווערס און טיימליין [די מולטיווערס טעאריע], אזוי אז מעשים וואס ווערן דעמאלטס/דארטן אפגעטוהן האבן נישט קיין אפעקט אויף די טיימליין פון וואו מ׳איז געקומען (וממילא זענען נישט דא די פריערדערמאנטע פראבלעמען). אן אנדערע וועג ארויס פון דעם איז די נאוויקאוו סעלף-קאנסיסטענסי פרינציפ. דאס לויטעט אז ווען מען טרעוועלט צוריק צום עבר וועלן די געזעצן פון פיזיקס נישט צולאזן אז מ׳זאל קענען טוהן עפעס וואס וועט צוברענגן צו א טעמפארישע פאראדאקס און א ווייעלעישן אין קאזעליטי דאס גייט אן סיי אויב מען שיקט צוריק אן אביעקט און סיי א מענטש; עכ״כ אז עס וועט צונעמען דעם בחירה חופשית.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
טיים טרעוועל כשלעצמו איז זיכער מעגליך במציאות, אונז זעהען דאך באשיינפערליך ווי די צייט רוקט זיך און אונז פארן מיט מיט'ן באן. ודא קוקו, אז ווען מ'זאל קענען שפרינגען צוריק אין צייט וואלט נישט געווען קיין שום וועג צו וואוסן אז ס'פאסירט ווייל דער טיים-טרעוועלער אליינס וואלט אויך מיטגעשפרינגען. ווען א פוופציג יעריגער טיים-טרעוועלער זאל צוריקשפרינגען צו זיינע צוואנציגער יארן וואלט זיין מוח און זכרון אויך צוריקגעשפרינגען צו זייער מצב אין יענע צייט, די אלע זכרונות פון די צוואנציג יאר און ווייטער וואלטן נישט עקזיסטירט מער, ער וואלט אינגאנצן נישט געדענקט די גאנצע טיים-טרעוועל מעשה, פאקטיש איז נישט דא קיין שום וועג צו וואוסן צו דו ביזט נישט בעצם א טיים טרעוועלער וואס האט אהערגעוואנדערט צום טראמפ עפאכע.

וואס מ'קען יא חלומ'ען איז פון שפרינגען צו א שפעטערע צייט, צו ווייט קענסטו אבער נישט שפרינגען ווייל דאן וועסטו שוין לאנג זיין טויט, אפשר וועט דיין טויטע קערפער אהינפאלן ערגעץ אין א פארלאזטע באמבאדירטע ניו יארקע מדבר למאכל לעוף השמים.

וואס זיי חלומ'ען איז אזא מציאות אז מ'זאל קענען שפרינגען אין צייט אבער דער שפרינגער'ס גוף זאל נישט מיטשפרינגען, וואס דאס איז סתם הוילע דמיונות, אן אקסי-מאראן וואס האט נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:36 pm
דורך הדסים
צייט קען מען אנקוקן ווי די אמצעי וואס רוקט אלעס פאראויס, די זייגער טיקט, די וועלט דרייט זיך, די מענטש עלטערט זיך, א שטיין פאלט אראפ וכו'.

נישטא קיין שום סברא אין פיזיקס צו זאגן אז אלעס זאל גיין פארקערט. די זייגער זאל גיין קאונטער קלאקווייס, די שטיין צוריק ארויף וכו'. און נאך ווייניגער איז מסתבר אז אלעס זאל גיין פארקערט און איינער (די טיים טרעוועלער) נישט.

סאו טיים טרעוועל האט נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות.

אבער צייט איז קלאר רעלאטיוו, ד"מ אז ס'גייט נישט די זעלבע שנעל פאר יעדעם. און אזוי אויך קען ראובן זען אז א געוואוסע איווענט (א) איז געשען פאר אן אנדערע איווענט (ב), שמעון זעט אז ב איז געווען פאר א, און לוי זעט אז עס געשען ממש צוזאמען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 12:54 pm
דורך מי אני
בנוגע דאס אז נעבן א שווארצע לאך וועט אויסזעהן פאר אן אבזערווער אינדרויסן אז די צייט פון דער וואס איז נעבן די שווארצע לאך ווערט שטאטער, וממילא קומט אויס אז דער וואס איז (גענוג) נעבן די שווארצע לאך וועט זיין אינ׳ם עתיד פונ׳ם דרויסענדיגן אבזערווירער, קען מען אפשר זאגן א פשט אין קריסטא מקאליף׳ס מאמר:
I touch the future. I teach.

והיינו, די גמרא זאגט (ב״ב ח:) אויף די פסוק (דניאל יב ג) ומצדיקי הרבים ככוכבים אלו מלמדי תינוקות. יעצט, א כוכב, וואס צו דעם ווערן מלמדים(/מלמדות) צוגעגליכן, וואס האט גענוג מאססע וועט (קאלעפסן צו א שווארצע לאך און) אפעקטירן צייט אזוי אז ער/זי איז (טעקניקעלי) לגבי איינער וואס איז אינדרויסן אין יענעם'ס עתיד.

*

ואם כנים אנחנו בזה, אז די פסוק קען מרמז זיין צו א שווארצע לאך, קען מען דאס אפשר צאמשטעלן מיט דר. פרענק טיפלער׳ס (קאנטראווערסיאנאלע) פיזיקס אפטייטש פון דעם קריסטליכן אמעגא פונקט. דהיינו, (בקיצור נמרץ) א חלק פון זיין טעזע איז אז די געדאנק פון תחיית המתים איז אז די אינטעליגענס פון מענטשן וועלן איבערנעמען די יקום און דאס וועט גורם זיין די קאלעפס פון אלעם ביז צו א סינגולעריטי (כעין ביג קראנטש). דעמאלטס קען מען קאמפיוטן אן אינפיניט ווערסיע פון אלטערנעיט אוניווערסעס וממילא אינפיניט מציאות׳ן פון לעבנס וכו׳ פון אן אינדיווידואלן מענטש. (איך האב זייער שטארק אווערסימפליפייד.)

די פסוק אין דניאל ווערט געזאגט לגבי תחיית המתים. און די קרוקס פון טיפלער׳ס טעזע איז אז תחיית המתים קומט צו דורכ׳ן אנקומען צו א סינגולעריטי, כעין דאס וואס איז דא ביי א שווארצע לאך.

(זיין טעזע כשלעצמו האט נישט בעצם מיט נוצרות.)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 8:04 pm
דורך עגלה ערופה
לעצטנס איז מיר איינגעפאלן וויאזוי מ'קען טעארעטיש מאכן א טיים מאשין. מ'דארף אבער קודם האבן א קאמפיוטער וואס קען פרעדיקטען די עתיד מיט 100 פארצענט (עיין ערך Leplace's demon), און מ'דארף אויך א קאפי מאשין וואס מאכט נאך פינקטלעך ביזן לעצטן אטאם (וואס לכאורה איז קיין איין פון די זאכן נישט מעגלעך).

אבער לאמיר זאגן אונז האבן שוין די צוויי זאכן, קען די קאמפיוטער אויסרעכענען אלע אינפארמאציע פון איינער אינעם עתיד ביזן לעצטן אטאם און אריינשיקן די אינפארמאציע צו די קאפי מאשין און מיר האבן איינער פונעם עתיד.

און אויב מ'וויל עס מאכן אביסל מער סאפיסטעקירט קען מען אריין לייגן אינעם מאשין א דייעל וואס מ'קען אנשטעלן א דאטום ווען מ'וויל אנקומען (מ'קען אבער נאר נוצן א דאטום פון ווען די מאשין שטייט און נישט פארדעם) און א מענטש גייט אריין און שטעלט אן די דאטום ווען ער וויל אנקומען, ער קען אנשטעלן עני דאטום פון די עתיד אדער עבר כל זמן די מאשין שטייט יענע צייט וואס ער וויל אנקומען, און ער דרוקט א קנעפל, און די רגע ער דרוקט די קנעפל וועט די מאשין אים פארניכטן ביז ער איז פשוט א בארג פון אטאמס. (דאס מאכן אויס די מענטש פעלט בעצם נישט אויס. ס'איז נאר כדי ס'זאל נישט זיין צוויי איידענטיקל קאפיס פון איינעם, איינס אין די עבר און איינס אין די עתיד.)

יעצט, איעדן טאג וועט די קאפיוטער אויסרעכענען אלעמאהל פון די עבר און די עתיד ווען מ'האט אנגעשטעלט די מאשין אויף די דאטום פון יענע טאג, און ס'וועט פונקטלעך נאכמאכן איעדע אטאם וואס האט זיך געפונען אין די מאשין.

למשל, לאמיר זאגן די מאשין האלט ביי די היינטיגע דאטום, ג' תשרי תש"פ, וועט די מאשין אדורכקוקן איעדע טאג פון די עבר און עתיד ווען מ'האט אנגעשטעלט די דייעל צו ג' תשרי תש"פ, לאמיר זאגן ס'האט געטראפן דריי מאהל וואס מ'האט אנגעשטעלט די דייעל אויף ג' תשרי תש"פ, איינמאהל האט עס ראובן אנגעשטעלט אין יאר תש"ס, און איינמאהל שמעון אין יאר תש"צ און איינמאהל לוי אין יאר ת"ת. וועט די מאשין קודם מאכן א פונקטליכע קאפי פון ראובן וויאזוי ער איז געווען יענע רגע ער האט געדרוקט די קנעפל און ראובן וועט ארויסגיין פון די מאשין, נאכדעם וועט עס מאכן א קאפי פון שמעון און שמעון וועט ארויסגיין, און נאכדעם לוי.

אבער ס'איז דא איין פראבלעם מיט דעם. די קאמפיוטער רעכנט אויס די עתיד פאר ער מאכט די קאפי, אבער מיט דעם וואס ער מאכט די קאפי האט ער געטוישט די עתיד און די עתיד וועט זיין אנדערשט ווי די קאמפיוטער האט פארויסגעזאגט. קומט אויס אז די מענטש וואס די מאשין האט גע'קאפי'ט וועט לכאורה קיינמאל נישט עקזיסטירן, אדער ווייל ער קען הרג'נען זיין זיידע, אדער קען זיין מיליאן אנדערע זאכן.

ס'איז אזויווי איינער וואס וויל נאכמאכן א פיקטשער, אבער ס'איז זייער א האקעלע פיקטשער און איעדע ריר וואס ער געט טוישט ער די אריגענעלע פיקטשער. קומט אויס ער קען קיינמאל נישט מאכן אז ביידע זאלן אויסזעהן די זעלבע, ווייל איינמאהל ער ענדיגט עס נאכמאכן האט זיך די אריגענעלע געטוישט.

איך מיין דעס ברענגט גוט ארויס די פאראדאקס פון טיים טרעוול און פארוואס ס'איז לכאורה נישט מעגלעך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:51 pm
דורך הדסים
די פרעדיקטינג קאמפיוטער דארפסטו נאר אויב דו ווילסט אהערברענגען עפעס/איינעם פון די עתיד. אויב האסטו נאר די קאפי מאשין, קענסטו הארגענען די מענטש און אים ארויספרינטן וועלכע צייט ער וויל. און דאס מאכט אויך נישט קיין פאראדאקס.

די מאשין קען אויך זיין גוט פאר טעלעפארטעישן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 11:24 pm
דורך עגלה ערופה
ס'איז דא וואס טענהען אז די טיטאניק האט געזינקען וויבאלד אלע טיים טרעוועלערס זענען געגאנגען צו די טיטאניק פארן זינקען צו ראטעווען די טיטאניק, און איעדער האט געמאכט די חשבון אז ער וועט זיין די איינציגסטע טיים טרעוועלער דארט, אבער למעשה האבן אלע טיים טרעוועלער געמאכט די זעלבע חשבון, און וויבאלד ס'איז דארט געווען אזויפיל מענטשן האט די טיטאניק געזיקען.

קלער איך אז דעס קען פארענטפערן די פערמי פאראדאקס פון טיים טרעוול פארוואס מ'זעהט נישט קיין טיים טרעוולער, ווייל זיי האבן אלע געזינקען ביי די טיטאניק.

און אויך מוז זיין אז טיים טרעוול איז מעגלעך, ווייל אויב טיים טרעוול וואלט נישט געווען מעגלעך וואלט קיינער נישט געקענט צוריקגיין אין צייט צו ראטעווען די טיטאניק, וואלט די טיטאניק קיינמאל נישט געזינקען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2019 10:37 pm
דורך אישתישבי
אז נישט דא א רעכטע טעאריע אז א מענטש זאל צוריק גיין אין צייט און הרג'נען זיין טאטע, און דער קשיא איז וואס געשעהט?

Re: איז טיים-טרעוול מעגליך?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 11:29 am
דורך קל וחומר
אישתישבי האט געשריבן:אז נישט דא א רעכטע טעאריע אז א מענטש זאל צוריק גיין אין צייט און הרג'נען זיין טאטע, און דער קשיא איז וואס געשעהט?
ניין, ווייל אז דו גייסט צוריק אין צייט דארפסטו צוריקגיין צו א מצב וואס דו ביסט געווען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 6:13 pm
דורך מי אני
די שמועס איבער פון גיין צום/אין עבר און די סתירה פון דעם צו די געזעץ פון קאוזעליטי קען אפשר אויך אנרירן (און פאראלעלן) אויף דעם וואס דר. לינדא זאגזעבסקי טענה׳ט פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט (בנוגע פעיטעליזם און דעם פראבלעם פון ידיעה מכחיש הבחירה), אז די נעסעסיטי פונ׳ם עבר לכשלעצמו איז ל״ד מקושר צו דעם אז די עבר איז די קאוז פון זאכן בהעתיד/בההוה און אז מ׳קען די עבר נישט טוישן.

ועוד פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט, אויב נעמט מען נישט אן די יוניקנעס אין די געזעץ פון קאוזעליטי [מער ווי איין קאוז קען צוברענגן צום זעלבן אייניגן עווענט, ולמשל פריעמציע בתוך דעם פראבעביליסטישן טעאריע פון די קאוזעל קשר], ווערט דא אויך לכאורה אביסל בעסער.

ווי אויך איז נישט אזוי זיכער, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט, אז די געזעץ פון קאוזעליטי׳ס דירעקציע איז, געזעצליך, דוקא טעמפאריש; עס איז מעגליך אז עס נאר אזוי מער בדרך אגב ווי אזוי אונז פערסיוון דאס. אגב, טייל נוצן (אויף פארקערט פון אונזער שמועס) די ארגומענט פון טעארעטישע טיים טרעוול אויפצוווייזן אז קאוזעליטי איז נישט מקושר צו דייקא א טעמפארישע דירעקציע. אן ענטפער דערויף איז אז למעשה פאר זיך אליין גייט ער יא טעמפאריש פאראויס. און נאך איז אינטרעסאנט אז טייל ווילן ברענגען ראיות פון פיזיקס גאר, אז וויבאלד מ׳האט געקענט טעאריזירן ביי פיזיקס אויף א צוריקצווועגס קאוזעישן (פיינמאן און אנדערע), ווייזט דאס אז די דירעקציע דערפון איז ל״ד טעמפאריש.

(און דאס איז אלעס אויב קען מען בכלל פילאזאפיש אנאליזירן די קשרים אין קאוזעליטי; פרימיטיוויזם אדער אפילו ראססעל׳ס עלימינעיטיוויזם.)

{איך פארשטיי אז די מבוכה דא איז בעיקר די פיזישע געזעץ פון קאוזעליטי; נישט די מעטאפיזישע/פילאזאפישע. דאס איז אלס געזאגט געווארן בדרך אפשר גמור, ופשוט הוא.}

*

עגלה ערופה האט געשריבן:ס'איז דא וואס טענהען אז די טיטאניק האט געזינקען וויבאלד אלע טיים טרעוועלערס זענען געגאנגען צו די טיטאניק פארן זינקען צו ראטעווען די טיטאניק, און איעדער האט געמאכט די חשבון אז ער וועט זיין די איינציגסטע טיים טרעוועלער דארט, אבער למעשה האבן אלע טיים טרעוועלער געמאכט די זעלבע חשבון, און וויבאלד ס'איז דארט געווען אזויפיל מענטשן האט די טיטאניק געזיקען.

מ'קען אפשר זאגן ענליך אז עס איז באקאנט ארטור קלארק'ס דריטע געזעץ אז:
Any sufficiently advanced technology is indistinguishable from magic

איז אפשר די אלע עדות וכדומה איבער כישוף (וידוע שיטותיהם של הרמב"ם והרמב"ן והגר"א וכו' בזה) זענען געווען פון וואס מ'האט געזעהן טיים טרעוולערס (און פארשטייט זיך אז די מעיד/ים האט/האבן נישט געוואוסט אז זיי זענען טיים טרעוולערס) באווייזן נוצנדיג זייער פארגעשריטענע טעכנאלאגיע...

און אפשר בנוגע דאס מעגליקייט עפ"י סייענס פאר טיים טרעוול בכלליות קען מען ציטירן קלארק'ס ערשטע געזעץ, "ווען א סייענטיסט זאגט אז עפעס איז מעגליך, איז ער רוב זיכער גערעכט. ווען ער זאגט אבער אז עפעס איז אומעגליך, איז ער גאנץ מעגליך נישט גערעכט."

איז טיים-טרעוול מעגליך?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 4:15 pm
דורך מי אני
ונבנתה העיר האט געשריבן:
עסקן בדברים האט געשריבן:אפשר וועט איינער אין דער ווייטער עתיד קענען צוריק גיין צו היינט, אין די וועסט איהם טאקע היינט זעהן

איך מיין אז סטיווען האקינג טענה'עט אז פון דעם וואס מיר טרעפן זיך נישט היינט אן אין טיים-טרעוולערס פונעם עתיד איז מוכרח אז טיים-טרעוועל וועט קיינמאהל נישט דעוועלאפט ווערן.

מ׳קען אפשר פארענטפערן האווקינג׳ס קשיא ״וואו זענען אלע טיים טרעוולערס?״, מיט אן ענליכן תירוץ צו דו זו [zoo] היפאטעזיע ווי אזוי מ׳וויל פארענטפערן די פערמי פאראדאקס. דהיינו, מ׳פארענטפערט אז וויבאלד אן עיליען ציוויליזאציע וואס קען אונז באזוכן וכו׳ וועט לכאורה זיין פיל פיל מער פארגעשריטן פון אונז טעכנאלאגיש אא״וו [העכער אויפ׳ן קארדאשעוו סקעיל], איז אדער איינס פון צוויי מעגליכקייטן:

1). אדער אז זיי ווילן אונז נישט באזוכן (ביז אונז ״וואקסן אונטער״ אינטעלעקטואליש) כדי אזוי נישט צו באיינפלוסן (לרעה) אונזער אינטעלעקטואלע (און טעכנאלאגישע) עוואלוציע (אז מ'נעמט אן אז זיי האבן אלע די השקפה).

2). אדער אז וויבאלד זיי האבן די טעכנאלאגישע וכו׳ מעגליכקייטן אונז צו אבזערווירן וכדומה אן זיך באווייזן (צו אונז, וואס אונז זענען פי כמה (עוואלוציענעריש וכו׳) מער פרימיטיוו ווי זיי), ווי למשל דורך סתם אזוי נענא-מאשינען וואס פארמאגן זייער (גאר הויכע) קאנשיסנעס. (די סיבות מעיקרא פארוואס זיי זאלן אונז וועלן בכלל אבזערווירן וכו׳ גייען זיין למעלה מהשגתינו, וויבאלד זיי זענען אזוי ווייט מער פארגעשריטן ווי אונז אין (כמעט) אלע הינזיכטן (בכלליות).)

ואולי קען מען נוצן די זעלבע לאגיק בנוגע א טיים טרעוולינג ציוויליזאציע (הגם זיי זענען בעצם אויך מענטשן/הומענס ווי אונז) וואס איז גענוג פארגעשריטן און האט די טיים טרעוולינג טעכנאלאגיע, וועלן אויך האבן די סארט (ווילן און) טעכנאלאגיע. (וקצת משל, כעין אונז טרעוולן צוריק אין צייט זיך צו טרעפן מיט נעאנדערטאלס).


מיט דעם קען מען אפשר טייטשן בדרך צחות (קהלת ג יט) ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל. ווייל דער חת״ס אין תורת משה (דער פינעפער) אין דעם ערשטע שטיקל אויף קהלת זאגט אז די הבלים וואס שלמה המלך ע״ה האט געזאגט זענען דייקא אויף וואס איז תחת השמש ולא למעלה ממנו ע״ש. איז אזוי: ״ומותר האדם מן הבהמה אין״, מענטשן פונקט ווי בהמות [אזוי ווי אין א זו], ״כי הכל הבל״, ווייל ״הבל״ איז נאר פאר אונז וואס זענען אונטער די זון און נישט פאר די עיליענס וואס קומען/זענען פון ווייטער...

ווי אויך קען מען דאס אפשר אויך אביסל אריינטייטשן בנוגע טיים טרעוול, וואס כידוע איז מאסע ביי (גאר גאר גרויסע איבערבלייבענישן פון) שטערנס [שווארצע לעכער], וואס זענען ״למעלה״ און האבן (אסאך) מער מאסע פון די שמש, פועל אויפ׳ן זמן...

*

דער נוצר׳ישע טעאלאג אגוסטין האט גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט פארשטיין ג-ט׳ס ווילן/פלאן כביכול אן טרעוולען צו די עתיד/עבר.

איז טיים-טרעוול מעגליך?

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 4:17 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:בנוגע דאס אז נעבן א שווארצע לאך וועט אויסזעהן פאר אן אבזערווער אינדרויסן אז די צייט פון דער וואס איז נעבן די שווארצע לאך ווערט שטאטער, וממילא קומט אויס אז דער וואס איז (גענוג) נעבן די שווארצע לאך וועט זיין אינ׳ם עתיד פונ׳ם דרויסענדיגן אבזערווירער, קען מען אפשר זאגן א פשט אין קריסטא מקאליף׳ס מאמר:
I touch the future. I teach.

והיינו, די גמרא זאגט (ב״ב ח:) אויף די פסוק (דניאל יב ג) ומצדיקי הרבים ככוכבים אלו מלמדי תינוקות. יעצט, א כוכב, וואס צו דעם ווערן מלמדים(/מלמדות) צוגעגליכן, וואס האט גענוג מאססע וועט (קאלעפסן צו א שווארצע לאך און) אפעקטירן צייט אזוי אז ער/זי איז (טעקניקעלי) לגבי איינער וואס איז אינדרויסן אין יענעם'ס עתיד.

*

ואם כנים אנחנו בזה, אז די פסוק קען מרמז זיין צו א שווארצע לאך, קען מען דאס אפשר צאמשטעלן מיט דר. פרענק טיפלער׳ס (קאנטראווערסיאנאלע) פיזיקס אפטייטש פון דעם קריסטליכן אמעגא פונקט. דהיינו, (בקיצור נמרץ) א חלק פון זיין טעזע איז אז די געדאנק פון תחיית המתים איז אז די אינטעליגענס פון מענטשן וועלן איבערנעמען די יקום און דאס וועט גורם זיין די קאלעפס פון אלעם ביז צו א סינגולעריטי (כעין ביג קראנטש). דעמאלטס קען מען קאמפיוטן אן אינפיניט ווערסיע פון אלטערנעיט אוניווערסעס וממילא אינפיניט מציאות׳ן פון לעבנס וכו׳ פון אן אינדיווידואלן מענטש. (איך האב זייער שטארק אווערסימפליפייד.)

די פסוק אין דניאל ווערט געזאגט לגבי תחיית המתים. און די קרוקס פון טיפלער׳ס טעזע איז אז תחיית המתים קומט צו דורכ׳ן אנקומען צו א סינגולעריטי, כעין דאס וואס איז דא ביי א שווארצע לאך.

(זיין טעזע כשלעצמו האט נישט בעצם מיט נוצרות.)

מענין לענין באותו ענין, דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג אין זיין The Star of Redemption (ח״ב פ״ג), זאגט אז די רילעישענשיפ פונ׳ם מענטש צו די וועלט איז (בבחינת) גאולה. און ער זאגט (ח״ג) אז די מבט פון יהדות דערצו (לעומת, להבדיל, נוצרות) איז מער הוה׳דיג (לעומת, להבדיל, נוצרות׳נס מבט פון מער אויף עתיד). ער זאגט אז דאס איז מכח וואס יהדות׳נס קאנסעפשן פון זמן איז מער סירקולער ווי איידער ליניער (כמו בנוצרות).

דאס קען זיין א משהו ענליך צו טיפלער׳ס מהלך אז בעת הגאולה קומט די אוניווערס צוריק צום סינגולעריטי, און זמן ווערט אינפיניט/שטעלט זיך אפ.
מי אני האט געשריבן:דער נוצר׳ישע טעאלאג אגוסטין האט גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט פארשטיין ג-ט׳ס ווילן/פלאן כביכול אן טרעוולען צו די עתיד/עבר.

וקצת מעין זה, ראזענצווייג שרייבט דארט אויך (בהקדמתו לח״ב) אז בימי התנ״ך וואס די נאטורליכע געזעצן זענען (למעשה) נישט געווען אזוי ״קאנקריטייזט״ איז נס בעצם אויך געווען א חלק פונ׳ם נאטור (און אירע געזעצן). די גדלות מיט וואס זיי האבן באטראכט דאס נס איז אז עס האט (טאקע) פאראויסגעזאגט (וואס וועט פאסירן עפ״י ״געזעצן״ אין) דעם עתיד. בעצם, זאגט ער, איז די קאנצעפט דערין פארבליבן גם בזמנינו, וואו אונז פארשטייען שוין מער באמת אז א נס איז למעלה מחוקי הטבע.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2020 11:31 pm
דורך מי אני
ס'איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס וואס דער רס״ג זאגט אין האמונות והדעות (מאמר ב פי״ג) אז כביכול דער באשעפער קען אויך נישט צוריקברענגען דעם עבר, "ולא שישיב אתמל החולף כי כל זה הבל" ע"ש. (ועיין כאן.)

איז טיים-טרעוול מעגליך?

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2020 1:45 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:מ'קען אפשר זאגן ענליך אז עס איז באקאנט ארטור קלארק'ס דריטע געזעץ אז:
Any sufficiently advanced technology is indistinguishable from magic

אל-גאזאלי האט טאקע גע׳טענה׳ט (פון א טעאלאגישע פערספעקטיוו) אז דאס איז, טעקניקעלי אין א וועג ענליך צו וואס קלארק זאגט, וואס נסים בעצם זענען. דהיינו, אונז ווייסן מיר נישט פונקטליך וואס די פונקטליכע קאוזעס און זייערע עפעקטס זענען (א סארט אקעיזשענעליזם), וממילא ארבעט נסים בתוך דעם פרעימווארק נאר עס מאכט די פראצעס שנעלער וכדומה. (דאס איז בכלל געגאנגען צוזאמען מיט זיין שיטה קעגן אבן סינה [אביסעננא] אז די עפעקט איז ל״ד אזוי מקושר אינ׳ם קאוז.

די שמועס האט דאך אנגערירט אינ׳ם ענין פון קאוזעליטי.)

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2020 10:02 pm
דורך מי אני
דער רלב"ג שרייבט (מלחמות ה' מאמר ו ח"ב פי"ב) בנוגע ניסים:
ולזאת הסיבה בעינה [אשר הציור במצאותם סותר נפשו] יתבאר שלא יתחדשו הנפלאות בדברים החולפים מצד מה שהם חולפים כאלו תאמר שיהיה שם יום אחד חולף לא ירד בו מטר בירושלים ויתחדש אחר זה על דרך הפלא שכבר ירד המטר ביום ההוא כחולף בעינו בירושלים וזה כי מפני שכבר יצא לפעל היום ההוא והיה בלתי יורד בו המטר הנה אם ישוב אחר זה על דרך פלא שיהיה כבר ירד המטר בו יתקבצו שני המקבילים בעת ההוא שנניח שירד בו המטר ושלא ירד בו במקום אחד בעינו. ועוד כי המתחדש במה שהוא מתחדש הוא מתחדש בזמן העתיד לא בזמן החולף וזה מבואר מאד