בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:57 pm
דורך signout
משבק האט געשריבן:עפעס האט רבינו הק"והט געזאגט אויף ר בערלען? {קרעדיט בן השלישי}
קיינער האט נישט געוויסט דערפון ביז יענער האט עס געזאגט, אגב, אינטערסאנט ווי א וועלט דרייט זיך בזמן ווען יענער האט אים געזאגט אז וועט נישט קענען ליגן אין סאטמאר, אין ביי זיין ווייב האט מען נישט געלאזט שטעלן א מציבה

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:58 pm
דורך משבק
טאקע אינטערסאנט ווי די וועלט דרייט זיך. און די מיינסט סהאט זיך שוין אפגעשטעלט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:06 pm
דורך שמעקעדיג
STOP IT RIGHT NOW
די בלוט איז נאך ווארעם..............

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:10 pm
דורך דריידל
סאטמאר האט פארלוירן דריי פון די געוועזענע גווארדיע היי יאר
ר' יענקל קאהן
ר' עזריא' גליק
און יעצט ר' בערל

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:13 pm
דורך שעפטל
x9q2_BDHRBF2.jpeg

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:23 pm
דורך קאך_לעפל
דריידל האט געשריבן:סאטמאר האט פארלוירן דריי פון די געוועזענע גווארדיע היי יאר
ר' יענקל קאהן
ר' עזריא' גליק
און יעצט ר' בערל


להבדיל אלף אלפי הבדלות!

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:15 pm
דורך תמים
קאך_לעפל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:סאטמאר האט פארלוירן דריי פון די געוועזענע גווארדיע היי יאר
ר' יענקל קאהן
ר' עזריא' גליק
און יעצט ר' בערל


להבדיל אלף אלפי הבדלות!

א לייק פארן מיך שפארן א תגובה....

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
אין קרית יואל

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:04 pm
דורך outspoken
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:24 pm
דורך משבק
יעצט געקוקט די קליפ וואס ברעט האט דא פריער מעתיק געווען . סאיז צוקער זיס די בלעכענע פנים. ב"ד"וו .קען מיר איינער אפשר מסביר וואס די "יונגעלייט" דארט אינעם הינטערגרונט זוכן אין מיאמי ?

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:16 pm
דורך איך אויך
מן הסתם גבאים פון הגה''ק בעל הצלת יוסף.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:10 pm
דורך קושקע
בילד

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:37 pm
דורך שעפטל
[center]מספידים:‏[/center]
ביים לוי' פארנט פון  ביהמ"ד ד 'סאטמאר אויף 15'טע עוו. אין בארא פארק:
    כ"ק הגה"צ גאב"ד סאט‏מאר בארא פארק שליט"א
    הגה"צ דומ"ץ וויען ב"פ שליט"א
    הגה"צ רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, דומ"ץ הביהמ"ד
    מוה"ר שלמה ווייס הי"ו, בשם הנהלת ומתפללי ביהמ"ד
    אן אייניקל הרב שאול זעלצער הי"ו

ביים לוי' פארנט פון ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף הופפער סט.:
    הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
    הגה"צ רבי משולם פאלאטשעק שליט"א, אב"ד מגד יהודה‏
    הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, רב ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר, וראש הכולל ד'סאטמאר 
    הגה"צ אב"ד נאנאש שליט"א
    זיין זון מוה"ר שאול הי"ו
    הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, סגן ראש הקהל דקיט"ל ד'סאטמאר‏, בשם הנהלת הקהילה

ביים לוי' פארענט פון ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל‏:
    כ"ק מרן הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א
    הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א 
    הרבני הנגיד ר' אברהם ווידער הי"ו, ראה"ק דקיט"ל ד'סאטמאר בקרית יואל, וראש העיר. 
    הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין הי"ו, פרעזידענט דקיט"ל ד'סאטמאר קרית יואל 
    זיין ברודער מוה"ר אברהם (אלבערט) הי"ו, רעדאקטער פון די צייטונג ‏
    זיין זון מוה"ר אברהם הי"ו‏

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:51 pm
דורך איינגעמיירעט
איך בין נישט פון קהילת סאטמער.
איך וועל נאר שרייבען א קלייניגקייט איבער דער נפטר.
סאיז מיר אויסגעקומען פערצאפאל אפאר מאל צורעדן און לערנען מיט עם,(לכתחילה האב איך נישט געוואוסט ווער ער איז,שפעטער האט מיר איינער פארציילט) ער האט געלעבט און לערנען ער האט באמת הנאה געהאט פון א תוספות און א מהרש״א,סאיז מיר געווען א חידוש צו זעען א מענטש און דיע יארען זאל אזוי ענדזשויען א תוספות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:50 pm
דורך קושקע
סאטמאר רבי איז מספיד

בילד

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:02 pm
דורך תמים
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך בין נישט פון קהילת סאטמער.
איך וועל נאר שרייבען א קלייניגקייט איבער דער נפטר.
סאיז מיר אויסגעקומען פערצאפאל אפאר מאל צורעדן און לערנען מיט עם,(לכתחילה האב איך נישט געוואוסט ווער ער איז,שפעטער האט מיר איינער פארציילט) ער האט געלעבט און לערנען ער האט באמת הנאה געהאט פון א תוספות און א מהרש״א,סאיז מיר געווען א חידוש צו זעען א מענטש און דיע יארען זאל אזוי ענדזשויען א תוספות.

אמת, אויך גערעדט מיט אים אין לערנען.
און ער איז בכלל געווען און פערזענליכע לעבן א באטעמטע מענטש, נישט קיין פערד, איך האב מיט אמאל געשמועסט האט ער מיר געזאגט משה (גבאי) איז מיר בעצם געווען א גוטע פריינד און ער איז גאר א קלוגער מענטש.

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 7:09 am
דורך הדד בן בדד
ראשעקאל האט געשריבן:אין קרית יואל



איי לאוו דעם שלמה'ן מיט דעם פארצייטישן העט, אמחי' צו זעהן...

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 2:18 pm
דורך signout
אן ענערגישער, שעפערישער מענטש, אן עסקן וועלכער איז קיינמאל נישט מיד געווארן פון עסקנות, וגם לעת זקנתו לא נס ליחו, שטענדיג געטוהן וואס ער האט געפילט איז ריכטיג און גאר א געטרייער סאלדאט געווען פאר די סאטמאר'ער רביים.

ר' בערל איז געווען א מין מיזוג, פון איין זייט א פייערדיגער חסיד, אבער אין די זעלבע צייט אויך א גוטער פריינט, א פערזענליכער פריינט. איך ווייס ביודעי ומכירי קאמינא אז דער ברך משה זצ"ל האט אים גאר שטארק ליב געהאט, ער האט אים געהאלטן פאר איינע פון זיינע געטרייעסטע נאנטע מענטשן, און דאס איז געווען אמת. ר' בערל האט טאקע גאר אסאך געטוהן פארן ברך משה אין פערזענליכן און משפחה לעבן.

אויך האט ער אויפגעשטעלט דעם סאטמאר'ער בית המדרש אויף די פופצענטע עוועניו אין בארא פארק, און האט איר אויסגעהאלטן פאר אסאך יארן, ער האט אויפגענומען דארט הרה"צ ר' שלום אליעזר פאר רב. ועד זקנה ושיבה האט ער נישט אויפגעהערט צו שוויצן פאר סאטמאר.

זאלן אים די אלע גוטע זאכן אקייגן קומען דארט אויבן, זי זכותים זאלן אים ביישטיין און די צדיקים פאר וועמען ער האט זיך אזוי אוועק געגעבן וועלן אים זיכער דארט ארויסהעלפן.

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 2:24 pm
דורך משבק
אריין אינעם אשכול פון "זאכן וואס כהאב נישט געוואוסט ביז היינט"

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 5:09 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מוצ"ש יולי 26, 2014 10:32 pm
דורך גאנצל
משבק האט געשריבן:אריין אינעם אשכול פון "זאכן וואס כהאב נישט געוואוסט ביז היינט"


וודאי נישט פון ווי זאלסטו וויסן ? ביסט נאך צו יונג דעס צו געדענקן דו געדענקסט נאר די אהבה וואס ר' שמעון ווייס האט געהאט צום ברך משה (נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די יונגע יוצאי ישיבת קווינס)

נשלח: מוצ"ש יולי 26, 2014 10:38 pm
דורך משבק
שוין ווייטער מיט די צונעמען!!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:22 am
דורך דריידל
signout האט געשריבן:
אויך האט ער אויפגעשטעלט דעם סאטמאר'ער בית המדרש אויף די פופצענטע עוועניו אין בארא פארק, און האט איר אויסגעהאלטן פאר אסאך יארן, ער האט אויפגענומען דארט הרה"צ ר' שלום אליעזר פאר רב. ועד זקנה ושיבה האט ער נישט אויפגעהערט צו שוויצן פאר סאטמאר.



דעיס אויפנעמען הרה"צ שלום אליעזר איז געווען איינע פון די מיסטעיקס פון די ב"מ. ווער נאך ווי די ארונים ווייסן די הארבקייט פון ארויפצווינגען א רב אן די צושטימונג פון בני הקהילה.

אויב האט ער געוואלט אז ער זאל האבן א פאסטן וואלט מען געדארפט עפענען נאך א סאטמערע ביהמ"ד און אים דארט אריינשטעלן. אזוי וואלט נישט געווען קיין ריכטיגע טענות דערקעגן.