בלאט 2 פון 6

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:31 am
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס מיינע טרערן פון יארן צוריק זענען נתקבל געווארן. איך האב קיינמאל נישט געהאט די זכיה צו זיין די גבאי בחור און ישיבה. קיין שום אידישע תפילה ווערט נישט פארפאלן.

רבותי, קודם א דאנק פאר [tag]ונבנתה העיר[/tag] מיט [tag]כוכב[/tag] אויף א געוואלדיגע ארבייט. כ'האב נישט געגלייבט, אבער ס'ליגט דא אסאך מער ארבייט ווי מ'מיינט. ס'איז מיר א כבוד צו העלפן האלטן ק"ש ווייטער אנגיין אויף איר הויכע ניווא. איך האף אז איך וועל זיין מיט יעדעם בצדק וביושר.

איך וויל אויך נעמען די געלעגנהייט צו באגריסן אונזער חשובע חבר [tag]אפטעמיסט[/tag]. אפטעמיסט ס'איז מיר א כבוד צו ארבייטן מיט דיר, אבער פליז שטופ מיר נישט, ס'דא גענוג פלאץ ביי די בימה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:32 am
דורך שעפטל
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] און [tag]אפטעמיסט[/tag] קודם קאנגרעטעלעישאנס, און איך וואונטש ענק גאר אסאך הצלחה, כ'ווייס אז ס'איז נישט גרינג, אבער וועמענס לעבן איז יא?

סיי ווי אזוי, וויל איך ענק איינמעלדן, אז די דיעל וואס איך האב געהאט מיט [tag]כוכב[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag] גייט געהעריג אריבער, על פי חוקי התורה ולהבדיל המדינה, בלי שום טענה ומענה, כל זה נעשה בקנין גמור, ולא יפסל לא בחסיר ויתיר, ולא במחק וטשטוש.

עניוועיס, לאמיך זעהן וואס עטס קענטס...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:35 am
דורך אפטעמיסט
דו ווילסט טאקע זעהן וואס איך קען? כ'גלייב אז נישט...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:52 am
דורך שעפטל
א שאלה צו איך וויל? לאמיך שוין זעהן דו צולייגער (איז דאס א פרעזענדליכע אטאקע...??)

איי לאוו די טשאלענדזש...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:12 pm
דורך קעלנער
מיט כבוד און עהרע שטעלן מיר פאר די גבאים פאר חודש תשרי:
[tag]מאטי[/tag]
[tag]ראש הישיבה[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

תשרי איז א פארנומענע חודש, אבער די חשוב'ע חברים האבן באוויליגט ארויסצוהעלפן מיט וויפיל מעגליך לטובת אונזערע טייערע חברים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:13 pm
דורך אפטעמיסט
מאטי און ראשעשיבע, עטס גייטס אריין אין גרויסע שיך!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:16 pm
דורך ראשעקאל
טשי!! געוואלדיגע חברה!!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:19 pm
דורך ישראל קאפקע
אוי,עס קומט א שווערע חודש פאר די קנאים! . . . . . . :פארשוויצט: :פארשוויצט:
Just kidding,
מזל טוב @מאטי און @ראש הישיבה :קלאטש

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:20 pm
דורך לעמיל
מזל טוב ביידע. תשרי איז יעדער פארנומען וועט אויך זיין אביסל גרינגער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:28 pm
דורך כוכב
Wow

סאיז מיר א כבוד איך בין אמאל געווען גבאי.
טשיקאווע צו זעען צוויי פילאזאפן מיט הענטשוך און א שירצל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 8:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
א געוואלדיגע איינפאל אז די צוויי גאונים זאלן מער מרקד זיין בינינו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:34 pm
דורך חתם סופר
פיינע נייעס!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:47 pm
דורך קעלנער
מיט כבוד און עהרע שטעלן מיר פאר די גבאים פאר חודש חשון:
[tag]לאליפאפ[/tag]
[tag]שעפטל[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:55 pm
דורך לאליפאפ
דאס בין איך לאליפאפ, גרייט פאר יעדן נאן סטאפ!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:09 pm
דורך שעפטל
יו בין איך עמאושענעל!!!

נא לא איש אנוכי, ווי האט יענער נאר געזאגט, ער איז נישט קיין מענטש, קיינמאל נישט געווען קיין מענטש און וועט קיינמאל נישט זיין קיין מענטש! (ווי האלט איך נאר?? יא יא!) וואס זיכט כבוד, אבער ס'איז די סדר צו זאגן אז רבו עלי חבירי, נאכצוקומען די פאלאנג פון די מנהלי המקום קדוש הלזו בין איך נעתר געווארן לבקשתיהם און אנגענומען דאס גבאי קודש פאסטן.

הערץ מיך אבער אויס מורי ורבותי אחי וריעי! איך האב נישט קיין צייט צו קיין שטותים, דא וועט זיין לאו און ארדער! דא ביהעיווט מען אדער וועל איך מיך ארוממיטשענען דא, וואס ווילט עטס פון אנאלטער איד? הרי אנו כמיליאן דאלער און לאזט מיך רואיג.

אלרייט חברה חברה, מ'האמער דא געהאט [tag]כוכב[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag] אלס ראש וראשונים, [tag]אפטעמיסט[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag] אלס שני לוואטעווער, און [tag]מאטי[/tag] און [tag]ראש הישיבה[/tag] אלס שלישי בקודש... די פוסקים שלאגן זיך ארום צו מ'קען ווערן א רביעי... דא וועט מען מוזן אננעמען אז יא.. ווייסטעוואס? עטס וועטס מיר זאגן...

עניוועיס, איך וויל דא באגריסן מיין נייע שותף [tag]לאליפאפ[/tag], און באדאנקן פון פראנויס אויף זיין צוזאג אז כל הדבר הקשים גייט זיין זיין דעפארטמענט... אינדזשוי איט און ווארף מיר א ביינדל פון צייט צו צייט.

געגאנגן!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:17 pm
דורך איך אויך
יואש איך ציטער כ'האב געהאט נעכטן א קליינע איזעי מיט לאלי.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:17 am
דורך ראשעקאל
געוואלדיג!!! די גבאים טשויסעס איז דערווייל געוואלדיג!!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:44 am
דורך לאליפאפ
איך אויך האט געשריבן:יואש איך ציטער כ'האב געהאט נעכטן א קליינע איזעי מיט לאלי.

לאלי מאכט נישט קיין אישו.. בכלל איז ביי קאווע שטיבל נישט מעגליך אריינצושטופן פריוואטע נגיעות ווען מ'איז אויפן דזשאב.

אבער ביי אונז איז דאס אפילו נישט קיין רעדע. מיט יעדן אויף א גראדע פעידזש.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:19 am
דורך Chuchem
This initiative has brought leadership, and higher quality content to this forum.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:24 am
דורך כוכב
די ראטאציע פראגראם איז א סוקסעס העכער אלע ערווארטונגען, און דאס וואס מאנכע האבן געטענהט, מ'זאל שטעלן גבאים צום שרייבן, עס ארבעט אויטאמאטיש, דער ראש ישיבה האט געשריבן אפשר צען ארטיקלען במשך זיין גבאות, אזוי אויך אלע אנדערע גבאים האבן ב'ה פיל בייגעשטייערט צום שטיבל.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:48 pm
דורך קעלנער
א דאנק פאר [tag]לאליפאפ[/tag] און [tag]שעפטל[/tag], די גבאים פון חודש חשון, פאר זייער הילף.
*
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די גבאים פון חודש כסלו:
[tag]יואב[/tag]
[tag]פישל'ע העררינג[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים, באקאנט מיט זייערע טאלאנטן און שכל הישר, וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:52 pm
דורך ראשעקאל
בילד

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:22 pm
דורך המלוכה והממשלה
:like :like