בלאט 2 פון 5
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:38 pm
דורך משבק
אתא קלילא האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:ליגענט!! איך קען נישט קיין איין סאטמארער וואס פרייט זיך ווען אידען שטארבען. (אפשר קען איך אידען וואס פרייען זיך ווען סאטמארע שטארבען!)
איך האב נישט געמיינט צו זאגען אז סאטמר פרייען זיך ווען אידען שטארבען,{אפשר ר׳ אהרן שמייכלט זיך אינטער אז ער גייט האבען וואס צו רעדען אין צייגען אז ער איז דער מנהיג ישראל אין נישט קיין שונא ישראל} אבער אז אזא מין שייגעץ וי משה אריה פרידמאן קומט פון די סאטמרע חינוך פליגעל אין דאס זענען די תוצאות איז די מצב זייער ביטער
אודאי אז ער איז נישט קיין סאטמערער אבער דאס זענען די תוצאות פון די פאקרימטע שיטה
@קלילא משה אריה . " א תוצאה" פון די סאטמארע שיטה? ער איז דאך א פייערדיגער מתנחל?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:44 pm
דורך בר דעת
פארוואס איז די טאפיק אזוי הייס, אז ווען קאפקע שרייבט זייער איינגעהאלטן און שכל'דיג, ווערט איך אויך אזוי ווילד? איז ער דען א כאמאסניק? ער איז א איבערגעטראכטער אנטי ציוני, איז ער נישט בארעכטיגט פאר א מיינונג?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:49 pm
דורך בשבילי!
איינער שרייבט שוין דא זייער ענליך. איז אויסגעהאלטן צו גנבנ'ן? שמעקט פון פלעדזעריזם,
viewtopic.php?f=24&t=6789&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%A4%D7%A2%D7%A1%D7%90%D7%A8
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:52 pm
דורך עפל סיידער
א פראפעסאר קען נישט זיין מרדכי הצדיק?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:53 pm
דורך היסטאריקער
מרדכי הצדיק האט געשריבן:,
נאר וואס דען סאטמארע רב איז געווען א ווילדער פערסאנאליטי, ער האט געשריגען אין פארפירט, אין בארעדט אנדערע גדולי ישראל וואס האבען זיך דערווייגט צי האלטען אנדרעש ווי אים, ווי בעלזא רב, לובאביטשער רבי, אפילו דער חזון איש האט ער אזוי אוועק געמאכט אין מסביר געווען פארוואס ער פארשטייט בעסער,
אפשר ווייזטו "איינמאל" ווען סאטמאר רב זי"ע האט גערעדט אויף זיי בפומבי?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:01 pm
דורך משבק
אינטערסאנט וויאזוי דער "מרדכי הצדיק " שטעלט אוועק זיין תגובה אויף אויסגעזויגענע "פאקטן" און אלעס נאך אונטערן שלייער מיט "יעדער " . די וואפן פון " יעדער " איז זייער שעדליך !! . דו קענסט אים מיט גארנישט אפווענדן . ווען איך שטיי ביי א קופקע אין סמעדריש און באגעגן אזא סארט. ווייסעך אז סאיז צייט צו לויפען!!. "יעדער " וויסט אז דער סאטמארער רבי איז נישט געווען א פוסק . "יעדער " פארשטייט אז די שיטה איז פארקרומט !! וכו . בכלל איז ער עפעס זייער אראגאנט און קאנפידינט מיט זיינע ארגומענטן , קוקט איבער זיינע שורות ווי סגיסט זיך " פאקטן " , אינסייד אינפאו . ווי ביסטו געווען די אלע יארן ? איך מיין אזא אטעם באמבע אז דער רבי איז געווארן ווילד אויף טאשער רבי . באהאלטסטו פון אונז שוין אזוי לאנג .? עפעס שטימט מיר נישט דא.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:07 pm
דורך גאנצל
די זעלבע פאקטן וואס דו ווייסט אויף בעלזע רבי
נאר וואס דען דו פלאפעלסט נאך וואס מ'האט דיר געלערנט אין חדר און ער פלאפעלט נאך וואס ער האט געהערט אין חדר
95 % כלל ישראל האט געהאלטן אז סאטמאר רב גיט צו ווייט און צו ווילד דו"ק ותשכח
פאר א סיבה האט ער נישט געהאט קיין איין אנדערע קהלה וואס איז מיטגעשטאנען מיט אים אינגאנצן
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:31 pm
דורך איך אויך
בר דעת האט געשריבן:? איז ער דען א כאמאסניק? איז ער נישט בארעכטיגט פאר א מיינונג?
יא! ער שרייבט עס גאנץ קלאר ארויס.
לואיס פאראקאן און אלע האלאקאסט לייקענערס זענען אויך בארעכטיגט צו א מיינונג לשיטתך.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:56 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:בר דעת האט געשריבן:? איז ער דען א כאמאסניק? איז ער נישט בארעכטיגט פאר א מיינונג?
יא! ער שרייבט עס גאנץ קלאר ארויס.
איך שטוין! וואו שרייב איך אזוי? אדער ענליך צו דעם?!?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:58 pm
דורך איך אויך
ווי נישט?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:11 pm
דורך דריידל
עפל סיידער האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:ליגענט!! איך קען נישט קיין איין סאטמארער וואס פרייט זיך ווען אידען שטארבען. (אפשר קען איך אידען וואס פרייען זיך ווען סאטמארע שטארבען!)
צום פינטעל.
די וואס וויינען אזוי אויף יענעמ'ס שנאה קען מען זיך נישט משער זיין וויפיל שנאה זיי האבען צו די וואס האבען די נישט ריכטיגע שנאה אויף די שונאים
איך וועל דאס מוזן איבערגיין שטייטעלעך מארגן פארטאגס מיט א קלארן קאפ.
עמוק עמוק
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:33 pm
דורך שעפטל
אזא אשכול וואלט איך אנגערופן "אן אשכול לשם לייקס"..... ודו"ק ותשכ"ח
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 4:45 pm
דורך מרדכי הצדיק
אחרי שובו נחמתי, ס'איז מיר שווער צי שרייבען וועגען דעם סאטמארע רב זצ"ל אליינס, ווייל למעשה האב איך אים נישט געקענט, די מציאות היינט אין סאטמאר לגבי ציונות איז פראלעמאטיש, צי דער פראבלעם קומט פין לעצטענס אדער נאך פין פריער איז זייער שווער פאר מיר צי זאגען, איז לאמיר האפען אז די סאטמארע ראשי המוסדות וועלען דאס ליינען און מאכען די נוטיגע תיקונים,
אין זאל מיר קיינער נישט חושד זיין מיט "שנאה" צי סאטמאר, איך האב בכלל נישט "פיינט" סאטמאר, איך דיל מיט זיי כסדר, אין חוץ לגבי ציונות האלט איך אז זיי זענען פין די נארמאלסטע היימישע קהילות, אבער ווען כ'ליין תגובות און פארומים וואס סאונד ווי א כאמאס תגובה ווער איך ברוגז,
טאמער איינער מיינט אז דאס וואס כ'האב געשריבען הייסט שארף, ווייסט ער נישט וואס שארף מיינט, כ'האב שוין געשריבען וועגען אנדערע אסאך אסאך שארפער, ווייל זיי זענען אסאך אסאך ערגער, סאטמאר איז רעלעטיוו גאנץ גוט,
נו, קיינער איז נישט פערפעקט, אין קיין איין רבי איז נישט קיין גאט, מ'מעג אמאל הערען אביסל מוסר, אין מתקן זיין וואס מ'ברויך מתקן זיין,
טאמער עטץ וועטץ איבער קוקען וואס כ'שרייב וועט עטץ זעהן נאר נארמאלע לשונות, איך שרייב נישט קיין קללות חלילה אין נישט קיין אנדערע געמיינע אויסדריקען, כ'ברענג פלעין ארויס מיין מיינונג, אין איך האב די פולע רעכט דערצי,
סאטמאר איז אלץ געווען ביזי זיך פאטשען די בויך אז זיי זענען די הייליגע אין נאר זיי ווייסען דעם אמת, בשעת זיי זענען געווען ביזי צי לעבען אויף יענעם'ס בלוט, וואס טוט זיך מיט די עירוב אין וויליאמסבורג, פאליטיק מיט רישעות, ווער זענען זיי צי איינטיילען פאר אנדערע, קומט זיך א אויסגעפאשעטער טשולענט פרעסער אין שרייט אויף פרויען, אין נאכדעם פאטשט ער זיך נאך די בויך, ווייטער די זעלבע שלעכטע מידות, דעטס איט, זיי זאלען לערנען מיט די קינדער מדות מיט יר"ש נישט זיי אויסלערנען אזאלכע נארישקייטען,
אין די בעלזא מחלוקה,כ'מיין קאם אן איינער דא האלט אז סאטמאר איז גערעכט געווען מיט זייער מחלוקת קעגען בעלזא ? ס'איז געווען א מחלוקת וואס איז שורשו אין שלעכטע מידות פין אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי, ( אוי וועמער אונז אים ציפיקסען), און אין שקר, מיט די געפעלטשטע חתימות, למשל טאהשער רבי'ס חתימה איז געווען געפעלדשט, נאר ער האט נישט געוואלט ארויסלייגען א צעטל נאכדעם אז ס'געפעלדשט צילוב פארשטענדליכע סיבות, אין פין די צווייטע זייט קומען זיי שרייען אויף די ציונים אז כוחי ועוצם ידי איז אסור, כ'מיין קאם אן, נאר סאטמאר האט א לייסענס פאר כוחי ועוצם ידי ?? אין פאר אנדערע שלעכטע מידות, די תירוץ איז היפאקריסי אין רשעות,
כ'ווייס נישט צי כ'וואלט געלייגט בעלזא פאר סאטמאר ביי די באטעם ליין פין די מציאות פין די חסידות, כ'קען נאך נישט גענוג גוט בעלזא, אבער לגבי די מחלוקה איז סאטמאר זיכער נישט גערעכט, אין לכאורה די סוף וועט זיין אז וואס זיי האבען געטוהן פאר אנדערע וועט געשעהן צי זיי, חוץ טאמער זיי וועלען תשובה טאהן,
סאטמאר האט זיך אסאך צי לערנען, אין דאס מיינט בכלל נישט אוועקצימאכען זייערע גוטע חלקים,
כ'האב געשריבען אביסעל שארף נעכטען ווייל כ'בין געווען ברוגז, טייטשט עס נישט אויס אז כ'האב פיינט סאטמאר אדער אנדערע אידען חלילה, די איינציגע וואס כ'טראכט יעצט אז איך האב פיינט איז די לינקע אין מדינת ישראל די "שמאלנים הסרוחים", זיי מאכען מיר ווילד, און אפילו זיי ווייסעך נישט צי כ'האב פיינט זיי בעצם כ'האב פיינט וויזוי זיי טראכטען אין וואס זיי טוען,
זאל דער באשעפער העלפען ס'זאל מקוים ווערען וילמדו תועים בינה, ובא לציון גואל בב"א
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 4:54 pm
דורך שעפטל
איך וויל דעם אשכול נישט פארדרייען... אבער אדער קענסטו נישט די סאטמאר'ע, ספעציעל דעם אלטן סאטמאר רב, אדער האסטו סתם אזוי א שנאה צו זיי...
נאכדערצו דיין לעצטע תגובה ווי דו אוועקגעפירט דעם אשכול צו די מחלוקת וואס סאטמאר האט געהאט מיט אנדערע, אין אונזער פאל איז עס בעלזא, נא כ'גיי נישט שרייבן אז דאס איז עס.. טאקע אלס בעלזא'ר האסטו דא אויסגעגעבן דיין כעס, באט בכל אופן, אז דו האסט שוין ארויפגעברענגט בעלזא מחלוקה אויפן טיש, וויל איך טאקע וויסן איז די מחלוקה צווישן בעלזא-ירושלים מיט בעלזא-בני ברק (צו מאכנובקה ווי אנדערע רופן עס...) נישט קיין "אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי" מחלוקה? ווען דו וועסט יענץ קענען מסביר זיין וועל איך צוריקקומען צום סאטמאר-בעלזא פייט....
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:05 pm
דורך מרדכי הצדיק
שעפטל האט געשריבן:איך וויל דעם אשכול נישט פארדרייען... אבער אדער קענסטו נישט די סאטמאר'ע, ספעציעל דעם אלטן סאטמאר רב, אדער האסטו סתם אזוי א שנאה צו זיי...
נאכדערצו דיין לעצטע תגובה ווי דו אוועקגעפירט דעם אשכול צו די מחלוקת וואס סאטמאר האט געהאט מיט אנדערע, אין אונזער פאל איז עס בעלזא, נא כ'גיי נישט שרייבן אז דאס איז עס.. טאקע אלס בעלזא'ר האסטו דא אויסגעגעבן דיין כעס, באט בכל אופן, אז דו האסט שוין ארויפגעברענגט בעלזא מחלוקה אויפן טיש, וויל איך טאקע וויסן איז די מחלוקה צווישן בעלזא-ירושלים מיט בעלזא-בני ברק (צו מאכנובקה ווי אנדערע רופן עס...) נישט קיין "אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי" מחלוקה? ווען דו וועסט יענץ קענען מסביר זיין וועל איך צוריקקומען צום סאטמאר-בעלזא פייט....
יו גאט איט ראנג, כ'בין נישט קיין בעלזער, אין כ'קען בעלזא אפילו ווייניגער ווי סאטמאר, אבער פין וויפעל איך ווייס וועגען די מחלוקת ווייזט דער באשולדיגונגס פינגער צי סאטמאר, לויט וויפעל איך ווייס האט סאטמאר געמאכט די מחלוקת נישט בעלזא, אין לגבי די בעלזא-מחנובקה מחלוקה, ס'מיר אביסל שווער צי שרייבען דערפין ווייל כ'ווייס זייער ווייניג דערוועגען, אבער כ'האב קיינמאל נישט געשריבען אז בעלזא זענען צדיקים, כ'האב געשריבען אז לגבי די סאטמאר-בעלזא מחלוקה קוקט בעלזא אויס מער גערעכט, לגבי אנדערע מחלוקת קענען זיי זיין די זעלבע גילטי ווי סאטמאר, אין דאנק צי גאט כ'בין נישט קיין סאטמארע אין נישט קיין בעלזער, אין פאר יור אינפו נישט קיין אנדערע אויך נישט, די גאנצע "פארטייאישע חסידות" איז א פראבלעם פאר זיך,
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:08 pm
דורך יאיר
מעשה בפרופסר אחד שאמר דעתו המלומדת בשריפת בניני התאומים. אחר כך נעשה מלך, והמליך באימה חשיכה גדולה, כל ימיו חי בפחד שמא יטלו אחרים את כסאו, וישתלטו תחתיו בכיפה בחימה שפוכה. אחר כך נעשה נביא, ונתנבא לבני ישראל ובקול רעש גדול הכריז ואמר, הוי! עד מתי תשתו מים המרים המאררים. שוב אח"כ נעשה צדיק, והיה מוכיח את עם ה' אודות אהבת ישראל והמסתעף.
המשך יבא...
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:22 pm
דורך שעפטל
בכלל נישט ראונג, כ'האב קלאר נישט געשריבן אז דו ביזסט א בעלזער, און גראדע איז שוין דער בעלזער-סאטמארע פאליטיק אויך אויסגעשמיעסט געווארן דא אין שטיבל, זיך עס אויף און קום צוריק. כ'האב דיר עס נישט געשריבן איבער מאכנובקה, אז דו האסט דיך דא גענומען צו א קהילה און דערמאנט עפעס אן "אני ואפסי עוד, אין כחי ועוצם ידי" מחלוקה האב איך נאר געוואלט פארשטיין איבער יענע קהילה'ס אנדערע געפעכטן....
יעצט צוריק צו אונזער ענין.., האסט נאך אלס נישט געשריבן קיין דעקונג איבער דיין סאטמאר-שנאת ישראל סטעיטמענט, ניין! כ'גיי דיר נישט פרובירן אויפצוווייזן אז סאטמאר האט ביקור חולים'ס, RCCS, חסד, חבירים וכו' וכו' ועוד ועוד אשר אי אפשר לפרטם כי רבים הם, ווייל דאס איז שוין היינט אלטע אויסגעדראשענע פאקטן (אבער גראדע נאך אלס א פאקט). נאר אנשטאט איך זאל דיר מוזן אויפווייזן אז באמת האבן זיי יא ליב יעדן אידיש קינד, און פרייען זיך בכלל נישט ווען א איד אפילו א צהל'ניק שטארבט (יא דער דורכפאל פארן מדינה וועלן זיי ניטאמאל פרובירן צו לייקענען אז ס'שמעקט זיי), סאטמאר רב זצ"ל האט קלאר געבליטיגט און געשריבן אז מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין איד.
ווילסטו זאגן אז סאטמאר היינט איז נישט מתפלל פאר די צה"ל? מאכן נישט דעם מי שברך? נא גוט... אבער זאגן ממש שנאת ישראל??? אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז דיין אשכול (סארי...) איז זינלאז און בעיסלאז, אן קיין שום האפט אדער דעקונג, סתם געשריבן מיט אביסעלע האס וואס איינער וואס האט נישט ליב סאטמאר וועט דיר מסתמה שענקן א לייק...
אזא אשכול וואלט געדארפט קומען מיט כאטש צוויי דריי בילדער פון דער איד אדער בלאט, מיט אפאר לינקס צו געשרייבערייען פון ידידינו היקרים דא אין שטיבל ווי זיי שרייבן עפעס אויף וואס דו קענסט דאך שטעלן.
ביז דאן איז דאס סתם געפירקעלערייען און אויב האט איינער א שנאה איז עס דו...! (סארי אגעין...)
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:04 pm
דורך שמעקעדיג
פיין געזאגט שעפטל. לאמיר טאקע אזוי טון, נייתי ספר ונחזה, זאל דער צדיק'ל ברענגען אפאר תגובות אלס באווייז פון וואס ער רעדט, און לאמיר דאס אויסארבעטן.
סאטמאר און אירע פיינט
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:22 pm
דורך עפל סיידער
[justify]לעצטענס וואקסען דא ווי שוועמל נאכן רעגן אשכולות און תגובות מיט שטארקע רייד דברים כדרבונות אין ריכטונג פון קהילת סאטמאר און אירע מנהיגים, בפרט זינט די דברי חכם העדיף מנביא די רבי מהר''א וואס האט שוין פאראויסגעזען די אלע אטאקעס אז מען גייט אויף סאטמאר מעליל זיין די באקאנטע עלילה ''שונאי ישראל'', צוליב זייער שטעלונג קעגן די אומגליקליכער מדינה וואס האט שוין געקאסט אזא ביטערע פרייז און איר יונגע היסטאריע פון בלויז ''66 יאר''
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען צו די אלע שוויצער און היצער אויף סאטמאר וואלטען אויך אזוי שיין געקענט צונעמען און באשרייבען די אימפעריע פון חסד פון וואס ער און זיינע עלטערן און זיינע קינדער און רינדער זענען כסדר נהנה, אהנע טראכטען א סעקונדע אז די שונאי ישראל און חיות פון סאטמאר שטייען אונטער דעם.
איין פראגע נאר צו די אלע שונאים פאר אידן פיינט, ווען האט איר דאס לעצטע מאל אין אייער לעבן געטון א טובה פאר א צווייטן איד, אז איר פארטרעט אזוי מיט א ברייטקייט די אוהבי ישראל[/justify]
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:28 pm
דורך פלעין יודיש
א נייע אשכול האט גאר וויכטיג אויסגעפעלט יעצט?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:32 pm
דורך עפל סיידער
פלעין יודיש האט געשריבן:א נייע אשכול האט גאר וויכטיג אויסגעפעלט יעצט?
מען מעג דאך הערן עטוואס פון די אנדערע זייט ניקעל
נאר די שונאי ישראל מעג מען דא לאזען אויפטרעטן ?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:38 pm
דורך תמים
ליינענדיג דא די תגובות האלט איך אז ס'אז עכט נישט פעיר אז די ראדיקאלע עקסטרעמיסטן פון די פרומע רעכטע לאגער ווי די נטורי קרתא און צימערמאן ענד קא, האבן זיך ווי אויסציגעבן ממאכט פראטעסטען און ראליס, מעפענט האט ליינס, מגעט ארויס פאשקעווילען, און זייערע בעלי פלוגתא די ראדיקאלן פונעם לינקע אגודיסטישע לאגער האט זיך נישט ווי אויסציגעבן, פון קומען שעלטן אויף קאווע שטיבל ווערט מען נישט רואיג,
איך האלט ס'איז אבייט טיים עטס זאלט אויך אנהייבן ארויסציקומען און די גאסן איך קען שוין קוים ווארטן פאר די ראלי ווי @טיטאניק וועט האלטן א סיין "בעק-דרעק".. @סמבטיון וועט האלטן א סיין "נטורי חרתא = חאמאס"... @אתא קלילא "משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נעם איין א מיתה משונה@איך אויך וועט האלטן א סיין "שמוציגער סאטמארע חזירים".. פאר א שיינע איד וועט אונזער בערעלע בעל עגלה זיך מנדב זיין מיט זיין ווייסע בארד... @מרדכי הצדיק און @פראפעסאר שפירא וועלן זיין די מער ציוויליזירטע דארט ווי פעלדמאן ביי די נטו"ק און געבן די פרעסס רעליסעס און רעדן צי די מידיא..
נו עטס האטס שוין באלד א שענערע עולם ווי די נטורי קרתא.. (חוץ אויב מרעדט דא סך הכל פון די צוויי זעלבע מענטשן...)
נו רבותי עטס האלטס נישט ס'איז א פלאן?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 7:39 pm
דורך berlbalaguleh