בלאט 2 פון 4
Re: רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון
נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 11:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
5) הרב ישראל בעלסקי
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
איך הייס אויך ישראל
נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 12:43 pm
דורך שבת אחים
בד״וו פאר די וואס ווייסן נישט ער האט געהייסן ישראל נאך זיין עלטער זיידע ר׳ ישראל מרוזין זצ״ל, ר׳ יואליש פון סאטמאר ביי איינע פון די באזוכן ביים אהבת ישראל האט ער אים געזאגט אז די רבי׳ס הייליגע נאמען י'שראל ב'ן צ'פורה איז ר"ת י'פרח ב'ימיו צ'דיק האט אים דער אהבת ישראל גענטפערט י'ואל ב'ן ח'נה ר"ת י'עלזו ח'סידים ב'כבוד.
געהערט פון ר׳ מאטעלע זז״ג (ר׳ מאטעלע איז פון די גרעסטע חסידים פון זיין זיידע דער אהבת ישראל כאטש ער איז אויך סאטמערער, פארציילט ער אייביג די הערצה וואס די צוויי צדיקים לשטיתו האבן געהאט איינער פארן צווייטן)
דער סאטמערער רב איז געקומען באזוכן אלץ יונגערמאן דעם אהבת ישראל אין א פרייטיג, און דער אהבת ישראל האט געהאלטן ביים לעצטען פסוק פון מעביר סדרה זיין, דער גבאי האט געמיינט אז דער רבי האט שוין גענדיגט מעביר סדרה זיין האט ער געזאגט פארן אהבת ישראל ״דער קראליער רב איז דא״ האט זיך דער אהבת ישראל אויפגעשטעלט און איז אים ארויסגעגאנגען מקביל פנים זיין, און ווען ער האט גענדיגט די באזוך האט ער נאכאמל אנגעהויבן מעביר סדרה זיין פון אנפאנג.
ווען ר׳ יואליש איז געוועהן ביי אים אויף א שבת האט ער אים מכבד געוועהן מיט בענטעשן ביי שלש סעודות, א זאך וואס ער האט קיינמאל נישט געטוהן, ( ער פלעגט מקפיד צוזיין בענטשען ביי של״ס), און דער אהבת ישראל האט שפעטער געזאגט אז ווען ר׳ יואליש האט געבענטשעט איז עס געוועהן ווי די לוים האבן געזינגען אין ביהמ״ק! (עפעס אזוי).
סאיז דא נאך אסאך מעשיות פון די שייכות פונים סבא קדישא צי מרן מסאטמאר הלא הם כתובים ב׳ ׳דער איד׳ ביי זייער ספעצילע אויסגאבע פון א אינטערוויו פון ר׳ מאטעלע מיט דער איד בנוגע זיין שייכות מיט סאטמארער רב, וואס דרך אגב ר׳ מאטעלע דערמאנט דארט פיל מאהל מעהר זיין זיידע ווי ר׳ יואליש כאטש די אינטערוויו האט געזאלט זיין א באשרייבונג אויף סאטמארער רב.
נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 6:11 pm
דורך איש את רעהו
עס איז געווען א רב הרב פיש זצ"ל מ'סאלקע ער איז געווען זייער נאנט צום אהבת ישראל
נאכן קריג האט ער באומען א נאנטקייט צו סאטמאר און ער איז פארבליבען מיט זיין משפחה אין סאטמאר
האט הרב פיש זצ"ל פארציילט אז ער האט אמאל אינטערגעהאלטן דעם אהבת ישראל אויפן וועג אהיים הושענא רבא
האט דער אהבת ישראל געזאגט אז ביי "אייך" אין סאטמאר איז מען נאך יעצט אסאך מאריך ביי אמירת הושענות די רב מ'סאלקע זצ"ל האט נישט פארשטאנען פארוואס דער אהבת ישראל זאגט אים ביי "אייך אין סאטמאר"
נאכן קריג האט ער פארשטאנען די ווערטער פון זיין רבי'ן
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:03 am
דורך שבת אחים
לכבוד חודש אדר...
א איד איז אריינגעקומען צום אהבת ישראל מיט א קוויטל, פרעגט אים די רבי ״ווי גייט מיט פרנסה״? זאגט דער איד כהאב טאקע געוואלט פרעגן דעם רבי׳ן פאר א עצה, לעצטענס האב איך געפענט א געשעפט, כ'האב אריינגעלייגט די שענסטע און די בעסטע סחורה מיט די בעסטע סערוויס, בעסטע פרייזן, מיינע קונדן זענען טאקע צופרידן פון מיין געשעפט, אבער פאר א געוויסע סיבה קוקט עס אויס ווי מיינע קונדן קומען נישט צוריק איינקויפן אינעם געשעפט מעהר ווי איינמאל אפילו זיי זענען צופרידן, זאגט דער רבי, אינטערסאנט ביי מיר איז פונקט פארקערט, א גאנצען טאג קומען מענטשען צו מיר נאך א ברכה, איך וואונטש זיי אהן אז זיי זאלן געהאלפן ווערן, און מיט דעם אלעם וואס איך טוה זיי אויספאפן און די ברכות ווערן נישט מקוים קומען זיי נאך אלץ צוריק...
פארשטייט זיך אז דער אהבת ישראל האט אים דערנאך געגעבן חיזוק, עצה, הדרכה, און א ווארימע ברכה, אבער די וועג וויאזוי ער האט גערעדט צו פשוטע אידן און זיך געוויצלט מיט זיי אויף זיין אייגענע חשבון, און געמאכט זיכער אז אלע מענטשען ארום און ארום פילן זיך אין א באקוועמע, היימישע, געשמאקע, ווארימע, בשמחה'דיגע, אטמאספארע, מיט געפיהל און הארץ. וויאזוי ער האט גערעדט צו א יעדע קליין קינד ווי ער וואלט געוועהן זיינס א יונגעט חבר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט... סאיז לכאורה נישט געוועהן נאך א חסידישע רבי אזא גרויסע עניו ווי דער ״אהבת ישראל״, כאטש ער האט געהאט אסאך זאכן מיט וואס זיך גרויס צוהאלטן. חבל על דאבדין. אילו זכינו.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:17 pm
דורך שבת אחים
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:47 pm
דורך [NAMELESS]
ר' שמעלקא סעלישער איז געווען א ויזניצער?
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 5:36 pm
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:ר' שמעלקא סעלישער איז געווען א ויזניצער?
ניין, מיין זיידע ר׳ שמעלקע סעלישער, איז געוועהן פון די גרעסטע אונגארישע גדולים בשעתו, ער איז נישט געוועהן קיין גענצליכע חסיד, מעהר א ראש ישיבה סטייל, איז געוועהן א נאנטע ידיד מיטן ערשטע וויזניצע רבי דער ׳צמח צדיק׳, זיין אייניקל (מיין קאזין) ר׳ שלמה זלמן קליין פון האלמין איז געוועהן א וויזניצער, ער איז געוועהן יאיר לפיד׳ס עלטער זיידע, לויט דעם קומט אויס אז מיין טאטע מיט יאיר לפיד זענען דריטע קאזינס, מיין טאטע איז דער זעקסטע דור פון ר׳ שמעלקע סעלישער זצ״ל, אפאר יאר צוריק בין איך געפארן מיט מיין טאטען צו זיין קבר אין שטאט סעליש, פאר די קריג פלעגט ביי זיין ציון זיין א אנלויפעניש פון אידן, דער ריבניצער רבי פלעגט יעדע יאהר קומען צו זיין פארן א לאנגע וועג פון 10 שעה אין די טאג פון יארצייט, ער אז געוועהן די ערשטע מנהיג וואס האט געשריבן קעגן די ציונים, ר׳ יואליש ווען ער איז געוואר געווארן פון די בריוו וואס די זיידע ר׳ שמעלקע סעלישער האט געשריבן וועגן די ציונים האט שוין געהאט גענדיגט שרייבן און דריקן זיין ספר און ער האט ערנסט געטראכט איבערצודריקן די ספר און אריינלייגן דעם בריוו פון ר׳ שמעלקע.
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 5:26 am
דורך שבת אחים
פאר די אלע וואס וואונדערן זיך אויב דער אהבת ישראל האט געקענט לערנען, הגאון האדיר ר׳ יוסף שאול נאטנזאהן האט געגעבן הוראה פארן אהבת ישראל ווען ער איז נאר געוועהן פופצן יאהר אלט...!!!
ער האט אים פארהערט פאר א לאנגע צייט און דערנאך האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אים געגעבן א קיש און אים געשריבן דעם הורמנא, סאיז דא לכאורה א קאפיע דערפון ערגעץ.
שפעטער אלץ אינגערמאן האט ער זיך פארהערט און באקומען סמיכה ביי הגאון ר׳ שלמה פאלאק זצ״ל בע״מ בית שלמה, דער סקאולער רב. ווי אויך ביי ר׳ יעקב וויידנפעלד מהירמלוב זצ״ל -די טאטע פון די טשובינער רב זצל
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 12:31 pm
דורך שבת אחים
[tag]בן אדם[/tag]
גאר א חשובע ניק אין ק״ש האט מיר דעס געשיקט אין אישי היינט צופרי.
כ'האב נישט ליב צו פראפאגאנדירן ווועגען וויזניץ מפני גילוי, אבער אז די ווילסט קענסטו דאס ארויף לייגען.
דער אהבת ישראל האט אליינס משמש געווען ברבנות אין בעדעווליא און אין וויזניץ אלס יונגערמאן נאך פאר ער איז געווען רבי.
ער האט אלס בחור זיך פארהערט הוראה צוזאמען מיט'ן אנטעניער רבי ביים שואל ומשיב אן דעם וואס דער שואל ומשיב זאל וויסען אז זיי זענען בנש"ק'ליך.
אין ספר אהבת ישראל צום סוף פון איינע פון די בענדער איז געדריקט תשובות וואס ער האט געשריבן אלס רב.
בערך מיט צעהן יאר צירוק האט איינע די וויזניצע כוללים ארויס געגעבען א ספר אויף הלכות נדה דארט איז געדרוקט הגהות והערות פונ'ם אהבת ישראל אויף שו"ע.
חוץ פון דעם אלעס, איז ידוע אז דער אהבת ישראל איז געווען א מתמיד עצום בנגלה א זאך וואס איז געווען נראה לעיני כל, אין מ'דארף נישט קיין אמונה פאר דעם.
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:28 am
דורך שבת אחים
אינטערסאנטע בילדער פון דער ׳סבא קדישא׳ פון וויזניץ הגה״ק מרן ר׳ ישראל האגער זצ״ל
וואס איז געוועהן באוויסט אלץ דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ זייט משה רבינו

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:29 am
דורך שבת אחים
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:30 am
דורך שבת אחים
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:31 am
דורך שבת אחים

מערקט אויף לינקס דער בעלזער רב זז״ג יונגערהייט ביי זיין זיידע ר׳ חיים מאירל פון וויזניץ, אינטער אים שטייט זיין דעמאלסטיגע גבאי ש״ב ר׳ משה טובי׳ גרינצווייג ז״ל- משב״ק ר׳ אהרן מבעלזא זצ״ל.
גאר לינקס איז די לעצטע סערט-ויזניץ רבי זצ״ל
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:47 am
דורך שבת אחים
ר׳ חיים מאירל ביי די בר מצוה פון זיין אייניקל די היינטיגע רב פון מאונט סיני האספיטאל הרה״צ ר׳ אליעזר זאב האגער שליטא בן אדמור מוויזניץ-מאנסי שליט״א

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:51 am
דורך שבת אחים
הרה״ק ר׳ שרגא פייבוש האגער זצ״ל מזאלישטיק, ברודער פונעם אהבת ישראל
דער היינטיגער קאסובער רביס זיידע- טאטע׳ס טאטע.

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 5:54 am
דורך שבת אחים
הרה״ק ר׳ אליעזר האגער זצ״ל בעל ״דמשק אליעזר״ , דריטע זוהן פונעם אהבת ישראל.
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
ער ליגט אין ירושלים אויפן הר הזיתים

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 6:00 am
דורך שבת אחים
דער אהבת ישראל מיט דער אמרי חיים מוויזניץ זצ״ל אויפן באן אין באגלייטונג פון דער באוויסטער משב״ק ומלחין לבית וויזניץ ר׳ ניסן יוסט ז״ל

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 6:07 am
דורך שבת אחים
נאכגעמאלענט פון די באוויסטע עכטע בילד ווי דער אהבת ישראל שטרעקט אויס זיין האנט פון די באן צוגעבן שלום פאר א קינד, אויף וואס ר׳ מאטעלע האט אמאל קאמענטירט אז דער בילד אז די ״סימבאל פון אהבת ישראל״...

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2017 3:47 pm
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנטע בילדער פון דער ׳סבא קדישא׳ פון וויזניץ הגה״ק מרן ר׳ ישראל האגער זצ״ל
וואס איז געוועהן באוויסט אלץ דער גרעסטער ״אוהב ישראל״ זייט משה רבינו
א מין אויסדריק דאס
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 5:34 am
דורך שבת אחים
לכבוד די יארצייט וועט מען שרייבן לכה״פ א קלייניקייט.
הרה״ח ר׳ מרדכי חנא בערגער מלאנדאן ז״ל האט פארציילט אז זיין טאטע הרה״ג ר׳ אברהם בערגער ז״ל איז געוועהן א שוחט אין שטאט אויוואר. דארט אין שטאט איז געוועהן אסאך וויזניצער חסידים וואס זענען געוועהן ״פשוטע אידן״ (מארמארישע פויערן) וואס האבן נישט געקענט געהעריג שרייבן קיין קוויטלעך און אראפשרייבן אלע זייערע פארשידנע שאלות און בקשות צו זייער רבין דער ״אהבת ישראל״. פלעגן זיי קומען צום שוחט ר׳ אברהם בערגער אז ער זאל זיי שרייבן די קוויטלעך און בריווען צום סב״ק. אבער ער אליינס ר׳ אברהם איז קיינמאל נישט געפארן אדער געשיקט א קוויטל צום סב״ק ווייל ער איז געוועהן א חסיד פון די ״עצי חיים״ פון סיגעט זצ״ל.
די שווער פון הרה״ג ר׳ אברהם בערגער הגאון ר׳ בנימין אליעזר שפיצער ז״ל איז אויך געוועהן א שוחט אין אויוואר און בזוו״ש האט ער חתונה געהאט מיט מרת פייגא ע״ה די טאכטער פון הרה״צ ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל.
איינמאל ווען די אהבת ישראל איז געפארן קיין קארלסבאד איז הרה״צ ר׳ מרדכי חנא געפארן באזוכן זיין טאכטער אין אויוואר. היות ר׳ מרדכי חנא האט זיך ממש קיינמאל נישט אוועקגערירט פונעם אהבת ישראל האט אים דער הגאון ר׳ אברהם בערגער נישט געקענט. ווען ר׳ אברהם האט געזעהן דעם ערשטען מאל דעם צדיק ר׳ מרדכי חנא, און צוגעקוקט די עבודה פון ר׳ מרדכי חנא, וויאזוי ער דאווענט און לערנט מיט אזא ברען. איז ער מוראדיג נתפעל געווארן פון אים. און ער האט זיך אנגערופן אויב דאס איז שוין נאר די ״חסיד״ מוז איך פארן זעהן דעם רבין דער ״אהבת ישראל״.
און אזוי האט ער געטוהן און איז געפארן אויף א שבת קיין גרויסווארדיין צום אהבת ישראל. ווען ער איז אריין נעמען שלום פונעם אהבת ישראל. האט זיך דער סב״ק אנגערופן ״מיר קענען אייך, מיר קענען אייך״ ענטפערט ר׳ אברהם ״איך בין דאך קיינמאל נישט געוועהן דא״ זאגט אים דער סב״ק ״איר שרייבט דאך אונז כסדר בריווען״ (ער פלעגט שרייבן די קוויטלעך פאר די חסידי וויזניץ) ויהי לפלא, וויאזוי דער אהבת ישראל האט געוואוסט אז ער שרייבט עס.
הרה״ג ר׳ אברהם בערגער איז פארבליבן דבוק אינעם אהבת ישראל זיין גאנצער לעבן און ער פלעגט אלץ זאגן אז יענער שבת ווען ער האט געהערט דעם אהבת ישראל זאגן ״נשמת״ מיט אזא נעימות דעם שטיקל ״המנהג עולמו בחסד ובריותיו... ברחמים״... דאס האט מיך באגלייט אלע שווערע יאהרן אין די צווייטע וועלטס קריג און צוקענען ביישטיין אלע נסיונות ביי מלחמת עולם השניה.
וועגן די עבודה וואס דער אהבת ישראל האט אריינגעלייגט ביי ״נשמת״ האט הרה״צ ר׳ מרדכי חנא געזאגט ״איך וואלט זייער געוואלט זעהן דער הייליגער צורה פונעם סב״ק ביי נשמת אבער היות ער שטייט דאך צו מזרח האט מען עס נישט געקענט זעהן. אבער איינמאל א יאהר ביים סדר נאכט קען מען יא זוכה זיין צוזעהן די פלאקערדיגע צורת קדשו בשעת ער זאגט נשמת. און זיין פנים איז געוועהן רויט ווי א פלאם פייער...
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:26 pm
דורך Gimpel
,,מהרי"ץ מדושינסקי איך בין נישט קיין חסיד אויב עס איז דא א רבי איז ער אין ויזניץ
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:34 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דאס ערשטע בילד וואו דער אהבת ישראל איז אינמיטן. מיט נאך 2 אנדערע גדולי ישראל, איז ..."טרענס-פאוז'ד"...איבערגעדרייט. פון וואו ווייס איך...?! ווייל זיערע בעקישעס זענען געקנעפלט פון לינקס אויף רעכטס. און אונז ווייסן מיר אז ערליכע אידן האבן מקפיד געווען זיך צו קנעפלען רעכטס אויף לינקס...! ועוד. אויף אלע אנדערע פיקטשערס זעהט מען טאקע אז די צדיקים גייען געקנעפלט רעכטס אויף לינקס...!