גראדע דא איז מנשה גערעכט. רבי נחמן האט גארנישט מחדש געווען קיין נייע זאכן, ער איז נאר מעורר און מחזק דאס פשוט'ע אידישקייט.
וועסטיך אוודאי פרעגן: אז ס'איז פשוט אידישקייט, צו וואס דארף מען רבי נחמנ'ן, דאס קען מען דאך אליין אויך טוהן?
איז דער תירוץ: גיי צום שפיגל און גוט דיך גוט אריין אויב דו ביזט מקיים די פשוטע אידישקייט, און אויב נישט זאלסטו גיין צו רבי נחמן אדער צו סיי וועלכע צדיק וואס קען דיר העלפן מקיים זיין די פשוטע אידישקייט.
די ווערטער קומען פון א לענגערע טיפע תורה אין ליק"מ
ח"א נ"ו, און די איבערטייטש פון הסתרה שבתוך הסתרה איז ער דארט מסביר אז ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער איז באהאלטן פון אים און ער פרובירט אים כאטש צו זוכן, איז שוין גוט. אבער אמאל איז דא אז די הסתרה אליין איז אויך באהאלטן, מען ווייסט אפילו נישט אז עפעס פעלט, אלעס איז גוט און אלעס איז פיין. אבער פון מאל צו מאל כאפט מען אן התעוררות, טיף אין בעק אוו מיינד ווייסט מען דאך אז דער מצב איז גארנישט אזוי פויגל'דיג, קומט רבי נחמן און דערמאנט דעם מענטש אז אפילו ווען מען איז אין א מצב וואס מען אינגאנצן קאלט און אויסגעלאשן, מען האט נישט קיין שום התעוררות, איז אויך דער אייבערשטער דארט באהאלטן, און מיט עטליכע ווערטער צום אייבערשטער וועט ער דיר ארויסשלעפן פון דיין זומפ.
באמת איז דאס זייער פשוט, מען דארף נישט רבי נחמן פאר דעם, אבער משום איזה סיבה הענגט נישט די ווערטער אויף די ביהמ"ד ווענט, און ביי די מעכטיגע אסיפות למען חיזוק הדת לאנשים ונשים, האט מען אויך פארגעסן דאס צו זאגן. מען איז נאר ביזי ווי גרויס און שטארק דער יצר הרע איז און ווי ער געפינט זיך אין יעדנ'ס טאש, און כל באיה לא ישובון, און אז דער זוהר זאגט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, וכו'.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)