דער חזון איש און די בריאה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7049 מאל

דער חזון איש און די בריאה

שליחה דורך כוכב »

דער חזון איש האט ווי באקאנט געשריבן זיין וואונדערבארן ספר "אמונה ובטחון" וועלכער איז פובליצירט געווארן לאחר פטירתו, און באגייסטערט דעם ליינער מיט איר פאעטיש רייכן שפראך און טיפע חומר למחשבה.
דער חזו"א טיילט דארט מיט זיין קוק-ווינקל אויף דער וועלט; זיינע אינערליכע געפילן, נעמט שטעלונגען אויף פארשידענע טעמעס, ועל כולם ווארפט ער א ליכט אויף זיינע פארבארגנסטע קעמערלעך און דער ליינער באגעגנט דעם געדאנקענגאנג, די וויזיע, דער "בליק" פון אן אדם גדול בענקים.
דער חזון איש הויבט אן דעם קונטרס מיט עניני יסודיים פון 'אמונה' אין בורא עולם, און באלד אין די ערשטע פאראגראפן איז דער חזון איש מודה אויף דער שווערער מיסיע ער האט זיך אריינגעלאזט.
כמעט וואס ער דערקלערט עס אומאויספירבאר.

ער איז געווען גענוג קלוג צו פארשטיין אז די וועלט איז קאמפליצירטער און פארהוילענער ווי מאנכע וואלטן געוואלט עס אנקוקן, און ווי ער שטעלט פאר דעם בעל נפש'ס קוק אויף דער וועלט במתק לשונו הזהב:

כי העולם נדמה לפניו כחדה סתומה, כמוסה ונפלאה, והחידה הזאת מלפפת את לבבו ומוחו.

דעם חכם עגבערט טענה'ט דער חזו"א, עס מוטשעט אים, און ער פארמאגט מער קשיות ווי תירוצים, אבער קשיות וואס גיבן אים נישט קיין מנוחה. אן זייער פתרון איז זיין לעבן קיין לעבן.
אין די קומענדיגע פאראגראפן ווייטער טרעפט דער חזו"א די ענטפערס אויף די פראגן פון דער וועלט, אין דער וועלט גופא. דער חזו"א, מיט זיין גאלדענעם פעדער, באטראכט די בריאה, די וואונדער פונעם נאטור, און דאס בארואיגט אים. עס זעטיגט אים. ער זעט אין איר א צופרידנשטעלבארער תירוץ פאר דער חידה סתומה וואס שאקירט און באאומרואיגט דעם מוח פון דעם חכם.

דער חזו"א הויבט אן זיין ערקלערונגס-צוג מיט'ן באוואונדערן דעם אינטערעסאנטן פענאמענאן פון דעם מענטשליכן אויג, דער אויג איז דער מאשין וואס באקענט די וועלט וואונדער מיט'ן מענטש. נישט נאר וואס זי איז וואונדערליך זעלבסט, נאר די גאנצע פרעכטיגע יצירה וואלט נישט געווען דאס זעלבע אן דעם אויג. ער איז דער מתווך, דער אויג ברענגט צום אויבערפלאך און אנערקענט פאר'ן מענטש די וואונדערליכע יצירה. א פרעכטיגע וועלט אן דעם אויג, א וועלט וואס דער מענטש קען זיך מיט איר נישט באגעגענען, ער זעט איר נישט אויג אויף אויג, איז אומרייפלעך, און נאך ווייניגער, די וועלט איז אומאויסגענוצט, עס פעלט דער הסתכל וראו מי ברא אלה.
קאלירן זענען ווי נישט עקזיסטירנד אין דער וועלט פון דעם בלינדער, און דער יופי פון דער בריאה איז ווי אומעקזיסטירנדבאר ווען נישט איר דעפיניציע און אנערקענונג דורכ'ן אויג.
אין צוגאב איז דער אויג א וואונדער פאר זיך. דער אויג קען זיך נישט זעטיגן פונעם אויג, איר חכמה, איר יצירה, וכלשונו:

כמה מן החכמה יש בעין, לא תשבע עין לראות ואוזן לשמוע, ודור אחר דור יוסיפו חכמים לדעה, ונבונים להבין, את אוצרי החכמה הצפונה ביצירת העין, ואת תכליתה לא הגיעו.

מיט דעם כוח הראי' נעמט אייך דער חזו"א א טריט ווייטער. "שאו מרום עיניך" שרייט דער נביא, הייב אויף דיינע אויגן, "וראו מי ברא אלה". זע דיין וועלט און זע און באגעגן איר באשאפער.

שוין לאמיך אייך נישט באלמוטשענען מיט מיינע פערזענליכע געפילן, אין קורצן, דער חזון איש נעמט פארשידנארטיגע וואונדערליכע ערשיינונגען ווי דער יוצר עולם האט זיך געהאלטן צום פיצינקע דעטאל צו פארפולקאמען דעם אדם, וכלשונו:

שם הבורא לבו לזה, ויתקן לו שתי ידים מימינו ומשמאלו. ויחלק כל יד לפרקים רבים וכל פרק סובב על צירו לקבוע בו כח שימושי קל ומזורז, ויוסף בסופה מקלות מפוצלות חמשה חמשה בכל יד אשר אנחנו קוראים אותן אצבעות. עוד ניתן בהן כח המישוש להבחין בין קר לחם, בין יבש ללח, בין רך לקשה, הכל כפי הצורך לסדר החיים על פני חלד.
דער מענטש האט הענט. פאר זיין באקוועמליכקייט איז ער א בעל תנועה. אויסגעשטעלט און געפארמט מיט א פונקטליכקייט און אן אויף-דער-האר אויסגערעכנטקייט.

און אזוי ווייטער, דער מענטש האט פוס, וכו'; את הכל יפה עשה, בחכמה ותבונה, השכל ודעת. ער איז א מושלם, א גאנצער גוף, א נפש, רוח און נשמה.
ער דארף דאך אבער קענען עקזיסטירן. וואס פארדין איך פון דעם אדם אויב ער האט נישט קיין עתיד, און קען זיך נישט דערהאלטן דאס חיות: דער יוצר האט דאס אויך פארזארגט:

ולפנינו מחזה מזעזע כל לב חכם במבנה גוף האדם לקבל המזון ולעכלו ולחלקו באופן חימי ליסודות נפרדים ולשלח כל יסוד למקומו הראוי.

דער חכם, נישט נאר ער אטעמט לופט, ער זעט לופט:
מנעימות החכמה לחזות בקשר של החיים עם אויר העולם, האצור בחמצי ופחמי.

די וועלט איז איינקווארטירט גאר באקוועם פאר דעם אדם. ער האט דא אלע זיינע באדערפענישן. ער איז גענצליך אויסגעשטאט. דער יוצר האט אים באזארגט. דער פלאן פון דער בריאה ערלויבט נישט קיין לעכער:

ראה היוצר שעדיין אין החיים מפכים על מתכונתם אם לא יהיה קשר איש עם רעהו.
און דעריבער האט דער מענטש א כוח הדיבור און אויערן אויפצוכאפן דעם קול.

לאמיר מיך ארויסרוקן פון וועג א מינוט, און גענצליך איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן הייליגן חזון איש:

עוד לפנינו תכנית מעובדת, מעולפת ספירי התבונה, המעידה על כשרון פועלה, אשר אין כח לאדם לחקרו, ולתת לו תהלה ושבח, התבנית של הזיווג זכר ונקבה, כדי להבטיח נצחיות העולם, פליאות הכלים של המין לכל אחד, ובריאת הרצון המוכרח להבטחת ענינם, ומרוב ההרגל לא ירגישו בני אדם את נוראות הבורא, את כולם הכינם וגם יסדם, קימים לעד לעולמי עולמים.
עוד מן הנעלמות, מרהיבי עין ומפליאי לב, יצירת האדם בבטן אמו, ודירתו שמה תשעה ירחים, בחיים מסודרים, חיים נעימים, הולך וגדל, הולך ומתפתח, ובהגיע זמנו לצאת שובר דלתי אמו ויוצא, וכל זה ערוך בסוד היצירה, כחות משולבות אשה אל אחותה, וכל הגלגלים סובבים על משמרתם, וכל אופן שומר תפקדו ושוקד על עבודתו במהירות נפלאה, ער שמוציאים לפועל ילד חי מחודש ומצוחצח, וסוף המעשה במחשבה תחלה בלב יוצר כל היצורים.


און דאן קומט דער חזון איש צו אונזער הויכפונקט:

ובצאתו נבראו בשבילו שדי אמו להניקו חלב למזונו, ויצו הבורא כח שאיפה נפלאה בלב האם לטפל עם היונק שלה בלי לאות, ואנו קוראין אותו ״אהבה״ של האם לצאצאיה הצפיעים והצפיעות.

די נאטירליכע אהבה וואס א מאמע האט פאר א קינד איז דאך אזוי וואונדערליך, עס איז דאך אן אבן יסוד פאר דעם עקזיסטענץ פון דער בריאה ווען א נאטירליכע דראנג צווינגט די מאמע אויפצוהאדעווען און פלעגן אירע קינדער צו פארזיכערן די קומענדיגע דורות און ווייטערדיגער עתיד פון דער יצירה.

פון דא ביז צום חזון איש'ס אויספיר איז שוין א קליינער טריט:

כאשר זכה שכל האדם לראות אמתת מציאותו ית' מיד נכנס בו שמחת גיל אין קץ, ונשמתו נעימה עליו, וכו', ובהעלות האדם בערכי קדש אלו, נגלה לפניו עולם חדש.
דער חזו"א זעט שוין א נייע וועלט, עס איז נישט די זעלבע וועלט פון פריער, עס איז אן עולם חדש. זיינע פראגן זענען שוין פארענטפערט. עס איז דא יצירה וואס צייגט אויף איר יוצר.
און ווי דער רמב"ם שרייבט:
בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהם חכמתו שאין לה ערך ולא קץ.
די בריאה צייגט אויף ענדלאזע חכמה.

*
און דאן האב איך באגעגנט די תגובה:

יאיר האט געשריבן:
יוסף מ האט געשריבן:סברענגט ארויס ווי ווייניג א קונד האט געפיל צי זיין עלטערן און פארקערט ווי שטארק עלטערן זארגן פאר קונדער.

דער אסטראווצער שרייבט א שיינער געדאנק דערוועגן. אזוי ווי מיר אלע זענען אייניקלעך פון אדם הראשון (עכ"פ לויט די ביאלאגיע וויסנשאפט פון דעם אסטראווצער), און אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע וועמען צו ליב האבן, משא"כ קינדער האט ער פארשטייט זיך יא געהאט, איז אויסגעקומען אז די תכונה פון ליב האבן א קינד איז כסדר אריבערגעגאנגען פון טאטן צו קינד, און איז דעריבער שטארק נקבע אין די בריאה. משא"כ די אהבה פון דעם קינד צו דעם טאטן איז אן אייגן אנטוויקלט זאך, וואס מען באקומט נישט בירושה.
דאס איז א שיינע אסטראווצער תורה, אבער לויט די היינטיגע שטודיעס אין עוואלוציע וואלט מען מסתם געזאגט אן ענליכע געדאנק, אז כדי א מענטש זאל בלייבן לעבן פעלט נישט אויס אז ער זאל ליב האבן זיין טאטן, אבער עס פעלט יא אויס אז זיין טאטע זאל אים ליב האבן, ווייל אזוי קען ער זארגן פאר אים ווען דאס קינד איז אומבאהאלפן. ממילא די וואס דער טאטע האט זיי ליב געהאט האבן געהאט גרעסערע שאנסן איבערצולעבן, האבן זיי איבערגעגעבן די גענעס פאר זייערע קינדער ווייטער, משא"כ די וואס האבן ליב דעם טאטן האבן נישט אזוי ווייט באוויזן צו פארשפרייטן זייערע גענעס, ווייל זיי האבן נישט קיין באזונדערע עדווענטעזש צו בלייבן לעבן (אויסער די ברכה פון די תורה אויף אריכות ימים, וואס דעמאלט דארף מען אויך נוצן די ביאלאגיע פון בראשית, קען מען דאך שוין נוצן דעם אסטראווצער'ס תירוץ, וא"ש כל אחד לשיטתו).


א מענטש קען נעמען דעם פראכט פון דער בריאה, דער אות ומופת וואס ליגט טמון אין דער וועלט צו צייגן באשיינפערליך די פינגער אפדרוקן פון דעם מצייר, און דאס מהפך זיין קערה על פי'. ער נוצט איר כקרדום לחפור בו.
די ליבשאפט פון מאמע צום קינד דינט דעם צוועק צו גאראנטירן דעם קיום העולם. איינער זעט דא דעם יוצר און א צווייטער זעט דא בלויז די יצירה.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר