בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:28 pm
דורך מורינו הרב
יידל האט געשריבן:
georgette-with-lesula-120912.jpg

[/url].


נו, וואס ברענגט מען ארויף דא בילדער פון מיידלעך?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 6:42 pm
דורך יידל
קודם שהגיע לפרקה איז מותר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:40 pm
דורך הציץ ונפגע
שיטה מקובצת האט געשריבן:מה רבו מעשיך ה'! ומכאן תשובה צו די אלע כופרים למיניהם וואס פארפירן מיט די נארישע טעאריע פון עוואלוציע וועגן די "פאסילס" וואס מ'טרעפט אונטער די ערד פון מאדנע בעלי חיים וואס מ'ווייסט נישט פון זיי היינט. מיר זעען אז אפילו יעצט אין יאר 2012 זענען נאך דא בעלי חיים וואס לעבן יעצט וואס די וויסנשאפטלער ווייסן נישט פון זיי!

ווען די אויפווייז פון די געביין אדער פארשטיינערונג וואס מ'געפונט וואלט געווען אז מ'האט אזעלכע מאדנע ברואים נאך נישט געזען פריער, וואלט איר אולי געווען גערעכט. איז אבער די אויפווייז פון די סטראטא שטיין אין וועלכע מיר געפונען זיי און פון די ראדיאמעטריק דאטורען (radiometric dating), ובכן וואס פאר א פירכא איז דאס אז מיר זענען נישט באקאנט מיט אלע היינטיגע ברואים?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 10:45 pm
דורך יאיר
פארשערהאבן אנטדעקט א נייע סארט לוריס. דאס איז א זיסע חי'לע וואס איז ענליך צו א מאלפע און איז אפשטאמיג פון די זעלבע משפחה, און אסאך מענטשן האלטן דאס אלס א שטוב-חיה (pet). עס איז נאר אקטיוו ביינאכט, דערפאר האט מען עס ביז יעצט נישט באמערקט, און דאס איז דער איינציגסטער סארט לוריס וואס האט א גיפטיגע ביס.
בילד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:12 am
דורך יאיר
א קלארערע בילד פון דער חי'לע
בילד

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:15 am
דורך יאיר
נייע סארט גרויסע פליעדיגע פראש אנטדעקט אין וויעטנאם. זי קען פליען פון איין בוים צום צווייטן.
בילד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:58 pm
דורך יתרו
נאך איין מזל מען האט עס אנדעקט, שטעל דיך פאר וואס וואלט געווען ווען מען אנדעקט עס נישט, וואס?
גארנישט.
בדרך אגב איך זעה נישט קיין פליגלעך, ווי אזוי פליט ער ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:16 pm
דורך יידל
ער "פליעט" מיט די וועבד פינגער

ווען מ'אנטדעקט ווען גארנישט וואלטן מיר נאך געלעבט אין די מיטל-אלטער עפאכע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:52 pm
דורך מורינו הרב
און וואס וואלט דעמאלס געווען אזוי שלעכט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:18 pm
דורך יידל
דו וואלסט גע'הרג'ט געווארן אין א פאגראם דורך די גלח-אנגערייצטע פויערן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:43 pm
דורך משה געציל
לויט ווי די היימישע צייטונגען לייגן אראפ בלומבערגס פארלאנג פאר א קאנסענט פארום, לעבן מיר אין דעם זעלבען עפאכע ווי ווען די פויערן האב געשפלינדערט אידישע כאטקעס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:48 pm
דורך יידל
די חילוק איז, מיר האבן נישט געקענט רופן די פויערן אין געריכט, אבער בלומבערג קענען מיר יא...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 19, 2013 10:33 pm
דורך יידל
פעלנדע פארבינדונג צווישן וואסער קיען און עלעפאנטן געפונען געווארן אין טוניזיע.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 7:15 pm
דורך עסקן בדברים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:16 am
דורך וועפערייזער