בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:58 am
דורך יואב
פיינע קאווע האט געשריבן:והחי יתן אל לבו. מען קען האבן געלט. פארהייראט מיט א משפחה. געמאכט עפרי זהב פון פרייליך מאכען א האלבע וועלט. כבוד מלאכים אויף טריט און שריט.
אן תורה איז נישט דא קיין סיפוק.
ער איז געווען דעפרעסט! קען איינער מסביר זיין פארוואס אין דער וועלט ער איז געווען דעפרעסט? ער איז נאך א קייט אין די רינגעלע פון אקטיארן וואס נעמען זיך דאס לעבן מרוב שוואוילטאג
וועלמיר בעז"ה זאגן דעם שלא עשני גוי מיר מער כוונה מארגן.

ער האט געליטן פון בייפאולער.
אין אן אנדערן אשכול, איז שוין דא א דעבאטע צו ס׳איז דווקא די תורה וואס גיבט סיפוק פאר א מענטש.

בסך הכל ווי איך פארשטיי איז אזוי: זעלבסמארד איז נאר דא ביי גוים; זינדיגע אידן ווערן באשטראפט מיט עקסידענטן; אפיקורסים זענען פלענע בעלי תאוות; אראפ פון וועג גייען נאר די יעניגע וואס קומען פון צעבראכענע היימען; דאס אז גיין אין קאלידש ברענגט בעסערע פרנסה שאנסן, איז הוילע אילוזיע; די גוים זענען מקנא אונזער לעבנס-שטייגער ועוד ועוד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:36 pm
דורך יואב
elter-zeide האט געשריבן:בטילה מביא לידי שומם, אז מ'האט אלס איז דאס לעבען זייער לאנגווייליג, מ'טרעפט נישט ווי זיך אהין צי טאן, אפילו ביי א געזינטען מענטש,

ברויך מען טאקע ווי שנעלער פארמאכן רוב ישיבות און כוללים, להציל את שארית הפליטה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:45 pm
דורך יידל
ס'פארמירט זיך מיר א טעאריע אז ראבין וויליאמס איז געווען אזוי סוקסעפול *למרות* ער האט געליטן אויף מענטעל קרענק, און נישט פארקערט. אין אנדערע געזעלשאפטן וואלט אזא מענטש נישט געהאט קיין שאנס אין דער וועלט זיך צו סעלף-עקספרעסן און צו פרובירן אנצוקומען ערגעץ.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:54 pm
דורך אפטעמיסט
נישט אמת. רובם ככולם מענטל-קראנקע פארשוינען קומען נישט אן צו ווייט אין לעבן נישט קיין חילוק אין וועלכער געזעלשאפט. איך קען גראדע פערזענליך א דייעגנאוזט נערווען-קראנקער חסיד'שער איד וואס איז א סוקסעספולער דעוועלאפער און גרויסער גביר. וויליעמס איז געוועהן א יוצא מן הכלל צוליב זיינע געוואלדיגע כשרונות. ביי אונז קען אויך זיין א יוצא מן הכלל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:03 pm
דורך קאווע קריטיק
קודם דארף מען מברר זיין אויב עס איז אויף אן אמת דא מער זעלבסטמערדערייען אין די ראמען פון סעלעברעטיס.
עס איז געמאלט, אז פראצענטואל איז עס בערך ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג, און אין פאקט זענען דא טויזנטער צופרידענע און פרייליכע פאפולערע פיגורן, נאר צוליב די ברייטע דעקונג זיי קריגן זעט עס אויס פראפארציאנאל פיל מער ווי אין אלגעמיין.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:11 pm
דורך איך אויך
נולד מאוחר האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:https://www.facebook.com/photo.php?fbid=567667656619760&set=a.115729611813569.19676.100001295917341&type=1&theater

ס'דא א גרויסע טשענס אז די צייט ווען די האסט דיך געדרייט און געכאפט בילדער מיט דעם נידריגער גוי, בין איך געזיצען און געהארוועט אוחף די תורה מיט ווטס די בוסט ביזי פאטרעטען.
אה כהאב פארגעסען די זעלבע יצר הרע ווואס שטיפט דיר צי... שטפיט מיר צי לערנען.
לאאלאא קישקיש

כאפסט טאקע נישט? קוק די קאממענטס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:05 am
דורך kliger
פיינע קאווע האט געשריבן:והחי יתן אל לבו. מען קען האבן געלט. פארהייראט מיט א משפחה. געמאכט עפרי זהב פון פרייליך מאכען א האלבע וועלט. כבוד מלאכים אויף טריט און שריט.
אן תורה איז נישט דא קיין סיפוק.
ער איז געווען דעפרעסט! קען איינער מסביר זיין פארוואס אין דער וועלט ער איז געווען דעפרעסט? ער איז נאך א קייט אין די רינגעלע פון אקטיארן וואס נעמען זיך דאס לעבן מרוב שוואוילטאג
וועלמיר בעז"ה זאגן דעם שלא עשני גוי מיר מער כוונה מארגן.

אינטרעסאנט, טויזענטער תורה לערנערס איבער די וועלט זענען אויף פילן אדער דעפרעסט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:41 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווייל זיי לערנען נישט בטהרה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:51 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין נייגעריג, אויב ער איז געווען פון א יודישער אפשטאם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:02 pm
דורך כוכב
יא, ער איז געווען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'זע עס נישט אין ערגעץ שטיין

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:07 pm
דורך כוכב
פארווערטס האט אן ארטיקל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:21 pm
דורך געפילטע פיש
ער האט נישט געווען אפשטאמיג פון אידן, על אף וואס ער פלעגט זיך רופן א "Honorary Jew".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:22 pm
דורך מ גפני
Reuters Top News (Reuters): RT @ReutersShowbiz: Robin Williams was sober and in early stages of Parkinson's Disease at time of death, according to statement by his wife

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 4:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
כוכב האט געשריבן:פארווערטס האט אן ארטיקל.

געווענליך דארף עס שטיין אין וויקיפעדיע.
און בדרך אגב, איך זוך טאקע אלץ נאך אין וויקי, אויף די אלע וואס נעמען זיך אן פאר ישראל אין די טעג, און כ'זע, אז ממש רובם ככולם שטאמען טאקע פון יודען, ממש איינס ביי איינס. ס'מיר געווען דערפרישענד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:56 pm
דורך קינד_אן_קייט
געהערט אז ער האט זיך אמאל געוויצלט וויאזוי עמיציר פונעם זעלבסטמארד האטליין האט זיך אויסגעדרוקט אז: Life isn’t for everyone…

(פון דא).

נעבאך, לאכען לאכט דער וואס לאכט לעצט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:42 am
דורך ברוך שאמר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך בין נייגעריג, אויב ער איז געווען פון א יודישער אפשטאם.

ניין טאקע אינטערסאנט אזא גיטע קאמידיאן אין נישט פין קיין אידישע אפשטאם!!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:39 pm
דורך מנשה לוסטיג
גראדע, ער מאכט חוזק פון אלע גלויבענס, אבער פונעם יודישער גלויבן כמעט נישט, און וואס יא, אויך מיט כבוד, אזעלכע וואס אויך מיר ניצן.