בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:47 pm
דורך שעפטל
מ'דארף פארשטיין, קאמארע'ס אין א קלאס רום אפילו דער מלמד ווייסט נישט דערפון איז נאכאלס א מעלה. דער עיקר מעלה איז טאקע אז טאמער א טאטע קומט זיך אפרעדן פאר די מנהל אז דער מלמד האט עפעס געטוהן, קען דער מנהל באמת וויסן דעם אמת, יעצט איז אמת.. איז דאך איבעריג צו זאגן די גוטע רעזאלטאטן דערפון, דער מלמד (איך האף אזוי) ווערט אפגעזאגט, דער מלמד וועט מסתמה נישט גיין דערציילן פאר די אנדערע מלמד איבער די קאמארע, ער וויל דאך נישט מ'זאל וויסן אז זיין "ריזיינען" האט עפעס מיט א קאמארע אינעם כיתה... ער וועט דאס ענדערשט לאזן אז ער איז לעצטענס עפעס שרעקליך הייזעריג און קען נישט אזויפיל שרייען אז זיין צולאזטע חדר...
יעצט אויב איז עס נישט אמת, און ס'קינד שרייט חי' וקיים אז דער מלמד האט געבאבערט אין חדר ביי ריסעס, נעמט מען ארויס די קאמארע'ס און מ'ווייזט פארן פאטער אז דער בענאק האט א שטיקעלע חשבון מיט געטרייען ערליכען מלמד און ער זאל נעמען זיין קינד צו א פיסכעלאג קעגן פאנטעזירן...
חוץ מזה, דער מנהל קען רענדאמלי איבערקוקן די קאמארע'ס און אויב זעהט ער אליינס א דבר מגונה, קען ער גאר אפירנעמען ס'קינד און געוואר ווערן ווי נאך ס'האט פאסירט, און פארן מלמד זאגט ער אז דאס קינד איז געקומען דערציילן.
אפשר איז טאקע בעסער אז דער מלמד זאל ווען וויסן בעפאר און ניטאמאל צוקומען לידי נסיון.
לגבי קאורט, איך דענק נישט ס'לעצטע מאל וואס א מוסד האט פרובירט אויפצוווייזן אין קאורט די שילד אדער אומשילד. און בכלל גיין צו די פאליציי מסר'ן זעכער נישט, סאו די קאמארע'ס איז ניצבאר עטליסט פאר זייער זייט אויפצוזאגן דעם מלמד. און איטס א טו וועי סטריט, טאקע ריינצווואשן דעם מלמד אין א בלבול
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:22 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיינע סברות, איך בין מיט דיר אלל דע וועי, אבער א מענטש וואס ווייסט אז ער וועט רעקארדירט פירט זיך אויף גאר אנדערש, יעדער קראץ אין בארד איז מיט מער רעספעקט וד"ל, און אפילו אן ערליכער מלמד וואס טשעפעט נישט קיינעם קען אמאל קומען לידי בזיון ווען ער ווערט געוואר אז אויסער די כיתה א' קינדער ווערט ער רעקארדירט אומוויסענד... הגם כ'האב שוין געהערט פון מלמדים וואס ווייסן יא אז זיי ווערן רעקארדירט און זיי ווערן משוגע דערפון, מען לעבט אונטער קאנסטענט פרעשור פון "עין רואה" א גאנצן טאג.
עכ"פ לויט ווי איך האב געליינט אין עפעס א גליון איז הלכה'ידיג נישט אויסגעהאלטן צו רעקארדירן א איד אן רשות, ווי צב"ש א בעה"ב אויף א ארבייטער, נאר אויפשרייבן איבעראל אין גרויס "דו ביסט אונטער סורוועילענס ווידיאו".
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:13 pm
דורך גאנצל
outspoken האט געשריבן:הוי, הלואי וואלט געווען קעמרעס אין קלאס און אין די סטארעדז רום ווען איך בין געווען א אינגעל.
די שאלה איז צו מיט קעמערעס קען די הנהלה נישט פארווישן מעשיות פונקט אזוי ווי ביז היינט
זיי גייען דאך סוכ"ס זיין בעה"ב אויף די קעמערעס און ווען ס'וועט זיך אויספעלן צו מעקן וועלן זיי מעקן לויט זייער געשמאק
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:13 pm
דורך קרעקער
סהאט נישט געהאלפען קיין סאך פארן רויטען ווישניצער שעריף פון מאנסי מעביר צו זיין טעיפס פון די בחור שפיצער וואס האט פארברענט ראטענבערג און שפיצער חד גדיא'ט זייט דעמאלסט
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 3:32 pm
דורך יין שרף
שעפטל האט געשריבן:חוץ מזה, דער מנהל קען רענדאמלי איבערקוקן די קאמארע'ס און אויב זעהט ער אליינס א דבר מגונה, קען ער גאר אפירנעמען ס'קינד און געוואר ווערן ווי נאך ס'האט פאסירט, און פארן מלמד זאגט ער אז דאס קינד איז געקומען דערציילן.
אפשר איז טאקע בעסער אז דער מלמד זאל ווען וויסן בעפאר און ניטאמאל צוקומען לידי נסיון.
אמת, אבער פארגעס נישט אז אין מנהל'ס אפיס דארף פונקט אזוי ליגן קעמארע'ס, וואס די סעקראטערי וועט וואטשען רענדאמלי, און אין די סעקראטארס אפיס וועט ליגן א קעמערא וואס די אדמיניסטרעטאר וועט דארפן וואטשן, פארשטייט זיך אן זייער וויסן...
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:06 pm
דורך איחוד פעלד
קאמערעס זענען איבערגעטריבען וויפיל זיי זענען ווערט.
יא יא, עס איז בעסער פין גארנישט, אבער עס העלפט נישט, למשל אויב זאל זיין קאמערעס אין די קלאסען, וועט דער בעל תאוה מלמד נעמען דאס קינד צו א מקום שאין שם קאמערע, פונקט ווי ביז היינט האט ער געוויסט אים צו נעמען צו א מקום שאין שם איש.
א קינד ווידער וואס די עלטערען ווילען דוקא מאשים זיין א מלמד בחנם, קענען עס נאך אלץ טוהן, דורך זאגען אז עס איז געוועהן אין וואלד צו ביי דער מלמד אין שטוב וכו'.
בכלל איז נאריש די איידיע פין זאגען אז א קאמערע אין די קלאס וועט שוין מציל זיין פין אלע מרעין בישין, ווען עס איז זיכער אז א מלמד טוט עס לכתחילה נישט אין קלאס ווי מען קען זיך דרייען אלץ.
לגבי די מעשה אין מאנסי, דער מנהל איז באקאנט צו זיין א נארמאלע וואוילע איד, און עס איז בכלל נישט מסתבר אז די מעשה זאל זיין אמת, און ביי מיר איז ברור אז דער אמת וועט אויפקומען בקרוב, מען קען נישט אויפמאכען קיין מעשיות מיט דעטאלען און אלעס זאל שטימען הונדרעט פראצענט.
און אפילו למשל עס זאל זיין קאמערעס מיינט נאך נישט אז ווען איינער באשולדיגט איז עס עורבא פרח, מען דארף נאך אלץ מאכען די אינוועסטיגעישען, און טרעפען די קאמערע רעקארדינג פין די טעג וואס דער מאשים זאגט אז דעמאלס איז עס פארגעקומען, און זעהן וואס איז באמת געוועהן, און דאס נעמט אויך טעג און וואכען צו חדשים, און ביז דעמאלס ווערט דער נאמען אויך באשמוצט, און דער קאמערע האט גארנישט אויפגעטוהן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:42 pm
דורך שמעקעדיג
איחוד פעלד האט געשריבן:דער מנהל איז באקאנט צו זיין א נארמאלע וואוילע איד, און עס איז בכלל נישט מסתבר אז די מעשה זאל זיין אמת, און ביי מיר איז ברור אז דער אמת וועט אויפקומען בקרוב, מען קען נישט אויפמאכען קיין מעשיות מיט דעטאלען און אלעס זאל שטימען הונדרעט פראצענט.
איחוד פעלד? איז דעט יו?