בלאט 1 פון 1

Motivational Courses

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 5:23 pm
דורך ידען
א נייע זאך זעהט מען לעצטנס אז סע קומען אויף גרויסע מומחים וואס געבן courses וואס זיי זאגן אז ווער סע וועט זיין און עס דורכגיין איז פארזעכערט מיט הצלחה.

שוין געזען אסאךנעמען און יעצט זעהאיך א נאמען וואס געדענק נישט אויב כאב שוין אמאל געהערט. איינער הרב ר׳ משה לייב האגער שליט״א (א רב, רבי? בנש״ק?) וואס האט שוין אריינגעגעבן א הצלחהדיגע מאטיוואציע אין איבער 6000 מענטשן פון איבער די וועלט (נאכגעשריבן פון די עד), און ער האט זיך געלאזט איינבעטען און נאך שווערע הפצרות פון מענטשן וואס ווארטן און האפן אויף הצלחה, קומט ער יעצט קיין אמעריקע (פון ווי?) אויך צו געבן די געלעגענהייט אנצוהייבן א הצלחה׳דיגע לעבן פאר יעדען וואס האט נאכנישט דערווייל די הצלחה.

סע גייט זיין אין מאנסי און וויליאמסבורג.

די שאלה וואס איך האב, העלפט עס פאר מענטשן?

ער אליין האו זיכער אסאך הצלחה ווייל ער האט שוין ארויסגעשלעפט פון 6000 מענטשן געלט אבער וואס איז די end results?