בלאט 2 פון 5

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:42 am
דורך כוכב
אבטולמוס האט געשריבן:האלט דעם שמועס. כ'גרייט צו אן ארטיקל אויף דעם ענין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:31 pm
דורך געפילטע פיש
כוכב האט געשריבן:איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.

ענדיג שוין צו דיין ארטיקל פאר א גוט יאר, איך האלט שוין טיף אינמיטן מיין תגובה דערויף...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:32 pm
דורך געפילטע פיש
ביבער האט געשריבן:אין חז"ל איז דא אסאך בשבח האשה אויך, שווער זיי צו באשולדיגן אין פלעין סעקסיזם אהן פארענטפערן די אלע מימרות.

ווי כוכב האט שוין געזאגט, חז"ל איז נישט איין מענטש.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:38 pm
דורך פארוואס?
נישט קיין שלעכטע פלאן. איך בין לעצטנס פויל געווארן צו שרייבן לאנגע אשכולות, איך וועל דא זאגן וועלכע אשכולות איך פלאן צו שרייבן, און איך וועל באקומען די תגובות נאר פארן שרייבן דעם אשכול שלא נברא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:41 pm
דורך ונבנתה העיר
קיינמאהל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ניוטאנ'ס צווייטע געזעץ...

[כוכב, שמעקעדיג, ווי לאנג דארף מען ווארטן?]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:02 pm
דורך שמעקעדיג
אע"פ שיתמהמה עכ"ז אחכה לו בכל יום.
כ'בין היבש פארנומען די טעג. האפענטליך בקרוב.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:03 pm
דורך פארוואס?
ונבנתה העיר האט געשריבן:קיינמאהל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ניוטאנ'ס צווייטע געזעץ...

נאך אזעלכע שיינע אשכולות איבער ״דשענעראל רעאליטיוויטי״ איז אלעס אסאך קלארער…

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:08 pm
דורך חסיד
כוכב האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:האלט דעם שמועס. כ'גרייט צו אן ארטיקל אויף דעם ענין.


וועט יעדער איינער ארויפלייגן זיין 'ניק' אויף זיין טלית בייטל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:09 pm
דורך חסיד
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג אין דעם אשכול האט געשריבן:
מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה...


איך האלט אינמיטן אויס'דמיונ'ען דעם שטעטל, אין פארעם פון א אשכול.... סטעי טונד.


וועט יעדער ארויפנייען זיין 'ניק' אויפן טלית בייטל?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:07 am
דורך berlbalaguleh
חסיד האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:האלט דעם שמועס. כ'גרייט צו אן ארטיקל אויף דעם ענין.


וועט יעדער איינער ארויפלייגן זיין 'ניק' אויף זיין טלית בייטל?

וואס טוט זיך אויב ער וועט זיך ח"ו גט'ן אדער טוישן ניקס דא אויף קאווע שטיבל?!... :? :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:21 am
דורך פארוואס?
און וואס וועלן טוהן די ניקס וואס לייגן נישט קיין תפילין?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 7:48 am
דורך אחד העם
עצל עצל ווי פויל ביסטו, צייט צייט ווי ווייניג ביסטו, וואלט דער צייט מער געווען, וואלט דער עצל ווייניגער פויל געווען...
דעם פזמון ברום איך זיך אונטער, יעדעס מאל וואס איך קום אן צו מיין דרעפט, און איך זעה און מיינע אומגענדיגטע תגוב אדער אשכולות, אבער דאס איז וואס וועט נאכקומען בעזרת הגאט בקרוב,
" אונזערע ראשונים קרקפתא'ס דלא מנח תפילין??", איבער א תקופה און דער יידישער היסטאריע, וואס תפילין איז געווען זייכר נאכגעלאזט, און די סיבות און די סברות והמסתעף, וואלט איך דארטן דן געווען און באשריבען.
"האמעניזעם פון די בעלי מוסר VS. דער מענטש בעיני החוזה", איבער דער מיינונגס פארשידענהייטען צווישען די מוסרניקעס און דער חוזה האלוקי, החזון איש, איבער מעמד האדם ביחס לאל,והבריאה.
"דער נאעיווער נגחן", א דעקונג אויף גרשם שלום'ס גישה צו ספירעטאליזעם און קבלה, אז עס איז נובע פון א געוויסע נאעיווקייט, און ווי עס איז בעיקר בולט ביי זיין מלחמה מיט מארטין בובר, און איך וואלט ביידע געשטעלט אויפן טיש און דן געווען.
און נאך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:21 am
דורך פארוואס?
כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.

[tag]געפילטע פיש[/tag]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:30 am
דורך [NAMELESS]
איך האב א אשכול אין דרעפט באט איך גיי עס נישט מעלדן דא וויבאלט איך זעה אז עס איז א סגולה אויף נישט ארויסצוקומען,
נא רבותי געטס ענק א שאקל מען רייצט אן די עולם און גארנישט,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:49 am
דורך ונבנתה העיר
פארוואס? האט געשריבן:כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.

[tag]געפילטע פיש[/tag]

א דרך ארוכה קען איך דיר געבן.

שרייב עס אראפ אין ווארד, מאך 'פרינט סקרין', פעיסט עס אין ווארד, קראפ ארום די עקוועישאן, רייט-קליק אויף די פיקטשער, 'סעיוו עז פיקטשער', סעיוו עז jpeg, לייג עס ארויף אלס א פיקטשער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:56 am
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א וועג צו טייפן די עקוועיזשאנס, אין רוב סייטס ווי למשל וויקיפידיע ווערן זיי געברענגט אין אימעדזש פיילס, איך גלייב אז רוב עיקוועיזשענס וואס דו ווילסט ברענגען קענסטו טרעפן א פארטיגע בילד ערגעץ. מאך א גוגל אימעדזש סוירטש אויב וויקי האט נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:16 am
דורך פארוואס?
ונבנתה העיר האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.

[tag]געפילטע פיש[/tag]

א דרך ארוכה קען איך דיר געבן.

שרייב עס אראפ אין ווארד, מאך 'פרינט סקרין', פעיסט עס אין ווארד, קראפ ארום די עקוועישאן, רייט-קליק אויף די פיקטשער, 'סעיוו עז פיקטשער', סעיוו עז jpeg, לייג עס ארויף אלס א פיקטשער.

עס איז טאקע א דרך ארוכה, נעמענדיג אין באטראכט אז איך וועל עס דארפן טוהן אכט מאל.
(ביי דע וועי, עס איז ״נישט״ די צווייטע געזעץ פון ניוטאן).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:19 am
דורך פארוואס?
געפילטע פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א וועג צו טייפן די עקוועיזשאנס, אין רוב סייטס ווי למשל וויקיפידיע ווערן זיי געברענגט אין אימעדזש פיילס, איך גלייב אז רוב עיקוועיזשענס וואס דו ווילסט ברענגען קענסטו טרעפן א פארטיגע בילד ערגעץ. מאך א גוגל אימעדזש סוירטש אויב וויקי האט נישט.

דיין אמונה איז מיר מוטל בספק, ווייל אויב מיר וועלן נעמען אלע מעגליכע עקוועיזשנס וואס איז דא אויף דער וועלט, וועלן מיר באקומען ענדלעסס (מיט א שטארקייט ווי די ריעל נומערן), אזוי אז איך בין כופר בעיקרי אמונתך.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:32 am
דורך טעפל
בקיצור, לא אלמן ישראל ולא גרוש ישראל, ס'קומט נאך גוטע ארטיקלן..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:07 am
דורך יין שרף
קום איך פון צימעס, זעה איך א אשכול אין די באמאכונג...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:35 pm
דורך לית דין בר נש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אן ארטיקל פאר אנשי שם.

נא ווי לאנג גיין מיר ווארטן פאר דעם??? [tag]מאראנצןזאפט[/tag]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 2:05 pm
דורך מאטי
וועט יעדער ארויפנייען זיין 'ניק' אויפן טלית בייטל?


פארוואס? האט געשריבן:און וואס וועלן טוהן די ניקס וואס לייגן נישט קיין תפילין?

וואספארא שייכות האט דאס האבן א טלית בייטל מיט לייגן תפילין? :wink:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:24 am
דורך טעפל
שוין אלע קרעכצען, לאמיך אויך קרעכצען, וואו מאכט מען צייט צו ליינען די אלע לאנגע ארטיקלן??