בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:19 am
דורך דריידל
46) איינער בעט צו בארגן דיין סעלפאון, די זאגסט אז די האסט נישט און פליצלינג צעקלינגט זיך עס
47) שיקסט איינעם אן אימעיל, שרייבסט see attached און האסט פארגעסן צו עטעטשען
48) בעל תפילה פרייטאג צענאכטס לאזט אויס ועמים במישרים אנשטאט ועמים באמונתו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:24 am
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:47) שיקסט איינעם אן אימעיל, שרייבסט see attached און האסט פארגעסן צו עטעטשען

נע, דאס איז ביי מיר מעשים בכל יום (נישט ממש, אפשר בכל שבוע) יענער שיקט מיר צוריק א אימעיל אז עס איז נישט אטעטשד, זאג איך סארי, איך אטעטש, און גיי ווייטער. ביג דיעל. קיינמאל קיין ערגערס.
אגב, זענען שוין היינט פאראן אסאך אימעיל פראגראמען (אדער אפילו אנליין) וואס אויב דו שרייבסט אין דיין מעסעדזש וועגן אן אטעטשמענט און שיקסט עס אן קיין אטעטשמענט, וועט ער דיר דערמאנען און פרעגן צי דו ביסט זיכער דו ווילסט עס שיקן אן קיין עטעטשמענט. מאדנע איז אז די טייערסטע פאוערפול מייקראסאפט אוטלוק האט נישט דעם פיעטשור.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:45 am
דורך קדש הילולים
ווען די בעל תפילה פרייטיג צו נאכטס זאגט לפני השם כי בא כי בא, ווי מען דארף זאגן נאר איינמאל. נאכן זיך כאפן גיט ער שנעל א זאג ״כי בא״ לשפוט הארץ.. ס״ה דריי מאל...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:37 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א משולח קלאפט אויף'ן טיהר און די זאגסט דיין זוהן זאהל זאגען אז דו ביזט נישט אינדערהיים. און ער זאגט...

"מיין טאטע האט געזאגט אז ער איז נישט אינדערהיים"

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:08 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:47) שיקסט איינעם אן אימעיל, שרייבסט see attached און האסט פארגעסן צו עטעטשען

נע, דאס איז ביי מיר מעשים בכל יום (נישט ממש, אפשר בכל שבוע) יענער שיקט מיר צוריק א אימעיל אז עס איז נישט אטעטשד, זאג איך סארי, איך אטעטש, און גיי ווייטער. ביג דיעל. קיינמאל קיין ערגערס.
אגב, זענען שוין היינט פאראן אסאך אימעיל פראגראמען (אדער אפילו אנליין) וואס אויב דו שרייבסט אין דיין מעסעדזש וועגן אן אטעטשמענט און שיקסט עס אן קיין אטעטשמענט, וועט ער דיר דערמאנען און פרעגן צי דו ביסט זיכער דו ווילסט עס שיקן אן קיין עטעטשמענט. מאדנע איז אז די טייערסטע פאוערפול מייקראסאפט אוטלוק האט נישט דעם פיעטשור.


http://www.msoutlook.info/question/373

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:11 pm
דורך איך אויך
ווען מען פרעגט א שאלה מיטן פולסטן ערנסקייט און ראובן ווערט באליידיגט און פארט אריין כדבעי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:17 pm
דורך פליקער
איך האב אמאל געדאווענט פארן עמוד פרייטאג צינאכט און בטעות געזאגט דעים צווייטן כי בא איידער די ערשטער כי בא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:11 pm
דורך קדש הילולים
אריין אין מילתא דבדיחותא!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:06 pm
דורך מאטי
כ'הייב אויף א טעלעפאן קאל און יענער שרייט "מאטי ססססאפ!!! איך האב קיין אנונג ווער ס'איז, אבער איך זאג "העי פאפי! וואטס קוקינג ... איך טראכט אז נאך א מינוט וועל איך שוין כאפן ווער ס'איז, אבער ס'גייט נישט...... נאך א פינעף מינוט רעדן צווישן די טראפן, כאפ איך זיך, און זאג "שלומי ווען גייען מיר ארויס טשילן..? אבער יענער זאגט " וואט ? שלומי האאאא???

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:30 pm
דורך געפילטע פיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:33) איך טרעף מיין שוויגער אין די גראסערי אדער אויף א באס.
36) מיין מאמע וויל וויסן מיין ווייב'ס דא טאג.

זיי מסביר זיי מוחל וואס גענוי איז אומאנגענעם דערוועגן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:17 pm
דורך קדש הילולים
ווער ס׳פארשטייט פארשטייט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
געפילטע פיש האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:33) איך טרעף מיין שוויגער אין די גראסערי אדער אויף א באס.
36) מיין מאמע וויל וויסן מיין ווייב'ס דא טאג.

זיי מסביר זיי מוחל וואס גענוי איז אומאנגענעם דערוועגן.



מיין שוויגער איז זייער א פרומער זי קוקט אויף מיר וויל עפעס זאגן, אבער פיצט אפ אומבאקוועם אין די סיריעל אייל. א פאר מינוט שפעטער טרעפט מען זיך נאכאמאל ביי די אייזקרים, אבער זי לויפט ווייטער אוועק רויטלעך.

מיין מאמע וויל וויסן מיין ווייב'ס דא דעיט אבער מיין ווייב וויל נישט, פרעג נישט פארוואס... אזוי איז עס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 5:45 am
דורך איך אויך
קען זיין ער וואוינט אין א"י ווי מען פארקויפט עדי בדיקה נארמאל אין גראסערי אן קיין ספעציעלע פראצעדארן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:21 am
דורך געפילטע פיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:33) איך טרעף מיין שוויגער אין די גראסערי אדער אויף א באס.
36) מיין מאמע וויל וויסן מיין ווייב'ס דא טאג.

זיי מסביר זיי מוחל וואס גענוי איז אומאנגענעם דערוועגן.



מיין שוויגער איז זייער א פרומער זי קוקט אויף מיר וויל עפעס זאגן, אבער פיצט אפ אומבאקוועם אין די סיריעל אייל. א פאר מינוט שפעטער טרעפט מען זיך נאכאמאל ביי די אייזקרים, אבער זי לויפט ווייטער אוועק רויטלעך.

אה, דאס קומט אין די "אומאנגענעמע מאמענטן פאר מיין שוויגער" אשכול. לגבי די דו דעיט, איך מיין ס'איז אמאל געווען א אשכול דערוועגן, איך פארשטיי עכט נישט די גרויסע פריקען סוד, וואס איז די סיקרעט? איך האב עפעס אין מיין טאש פאר ריסעס, כ'גיי דיך נישט זאגן וואס ס'איז נאר אויב דו גייסט זיין מיין בעסטע פרענד פאר קיפס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:31 pm
דורך איך אויך
באקומען דאס אין אישי:

געשוויסטער האט געשריבן:אלעמאל שמוץ אין קאפ

העי מאכנופקה געשוויסטער האסט ארויס די זאך קיפאיטאופ!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:קען זיין ער וואוינט אין א"י ווי מען פארקויפט עדי בדיקה נארמאל אין גראסערי אן קיין ספעציעלע פראצעדארן.

איך בין געגאנגען איבער טשעקען צו איך וואוין נישט אין אר''י ווייל אין מיין גראסערי אין ברוקלין פארקויפט מען עס אויך געהעריג,
בכלל פארשטייט איך נישט די אומבאקוועמליכגייט אין די ענינים, וואס איז די בושה? יעדער קויפט עס אמאל און יעדער טוט עס,

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:34 am
דורך סמבטיון
49) זיך אויסציגליטשן אין מקווה.
50) ווען מעשפייט ארויס א פעט שטיקעל שליים אויפן גאס אין דיין ווייב/שווער/שוויגער גייט פינקט אריבער.
51) ווען מקלאפט סלח לנו שבת ביים דאווענען.
52) ארויסנעמען א טישא פין קעשענע שבת ביים דאווענען, אין עס פליהט ארויס אפאר קוואדערס בקול רעש גדול.
53) ווען מען דארף זאגן שבת ביים טיש א ווארט אויף די פרשה אין מעגעדענקט נישט וועלעכע פרשה עס וואקט (גייט)
54) ווען מען ציעט ארויף ביי די עליות עד שידו מגעת, אין ווען עס איז שוין צי הויעך אין מעברויך אראפקריכן פון בוים.
55) ווען א עלטערע יוד בעט דיר איהם צי העלפן זיך אנטוהן אין מקווה אין די עקעלסט זיך.
56) ווען די קראכסט אריין אין א פריש אפגעוואשענע גלאזערנע טיהר.
57) ווען מען יאגט זיך געפערליך אין די ציצות ווערט פארהאנקעט ערגעץ ווי.
58) זיך טרעפן אין בעסמעדריש מיט צוויי אנדערע פאר שיך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:18 pm
דורך חסיד
59) מ'עסט א פעקל ארבעס און די לעצטע איז א פארפוילטס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:35 pm
דורך שמעקעדיג
ארבעס? אפשר מיינסטו פאפיטעס.......

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:36 pm
דורך הויזן טראגער
60) ווען אין מיטן מעריב ביי קריאת שמע קישט מען די תפילין של יד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:40 pm
דורך אבי גערעדט
61 ) ווען מ'האלט ביי קוה און די געסט בטעות א שריי "עלינו לשבח"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:43 pm
דורך אויליגער
62) ווען די זאגסט ברכו נאך מעריב און קיינער ענטפערט נישט ברוך ה' המבורך

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:46 pm
דורך דולה ומשקה
63) ווען מ'פאלט א רבי'שע כורעים יום כיפור ביי מוסף, דארט ווי עס שטייט "כאן המנג שאין כורעים".