בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:38 pm
דורך קאווע
בחילת כבודך די זאגסט 10 אפשר'ס פארוואס ס'קוקט אויס אז זיי רעדן מער אבער איין אפשר האסטו אויסגעלאזט, אז זיי רעדן טאקע מער....., זייטס נישט ברוגז טו דיך אויס די גלעזער און בליק אריין אין ווייבער שול וועסטו זען אז אלע יא אלע אלע אן אויסנאם רעדן די גאנצע צייט פון ווען זיי קומען אן ביז מ'גייט א היים אן אויפהער, יעצט גיי ארובער צו די מענער זייט וועסטו זען פארן עסן רעד קיינער נישט חוץ ווער ס'רעדט אויפן פאון אדער די מחותן וואס בעט מ'זאל זיך גיין וואשן, און נאכדעם ביי די סעודה וועסטו זען ביי יעדן טיש ווי נאר איינער רעדט און אלע אנדערע הערן אויס, און ווען ס'דא אן אינטערסאנטע דרשה איז יעדער שטיל.
יעצט איך האב שוין אויך נאכגעקוקט די בילס פון מיין סעלפאון וואס איך האב א גאנצן טאג און מיין ווייבס היים טעלעפאון וואס זו האט נאר ווען זי איז אונדערהיים, זייטס נישט ברוגז, מיינע מינוטן קומען נישט צו די קנעכל פון אירע מינוטן.... און אויב מיינסטו אז איך בין אן אויסנאם אדרבה בעט נאך מענטשן זאלן טשעקן.
נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:30 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע - אין אן אנדערע אשכול האב איך מיך אנגענומען פאר דיר, יעצט אבער האלט איך מיט שרגא!!
ס'איז קלאר אז ס'איז נשתנו הטבעים און אז היינט רעדן פרויען ווייניגער ווי מענער. ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעהט מען די מענער מיט די אייפאון, בלעקבערי'ס און סעלעריס, און מ'פלאפעלט אויף קולי קולות. פרויען זענען נאר נייס פיפעל - ווען זיי רעדן שוין יא, רעדן זיי מיט זייער שכנ'טע און מאכן זי ךהיימיש, און וועגן דעם הערט מען זיי פלאפלען אויף די באסעס, אבער מענער זענען שלעכטע מענטשן, סעלפיש, און קוקן נישט אן זייערע שכנים וואס זיצן לעבן זיי, זיי זענען נאר ביזי רעדן אויפ'ן טעלעפאן און טעקסטן זייערע הונדערטער קאנטאקט'ס.
אז מ'רעדט פון קאנטאקט'ס אויף א סעלפאן. געב נאר א קוק אין דיין ווייב'ס סעלפאון וויפיל קאנטאקט'ס זי האט, און וויפיל דו האסט. מיי בעט איז אז דו האסט בערך פינעף מאל אזויפיל קאנטאקט'ס ווי איר.....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:50 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:אייגנטליך, באמערק איך יעצט, האט ער דאך אויך נישט קיין קאפל, פיאות, ציצית, גארטל, נו, אויב אזוי מעג דער ראבאט אפשר אויך טרינקען מיט די לינקע האנט...
שוין! מ'האט זיי ענדליך אנגעטוהן קאפלעך! אכשר דרא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:55 pm
דורך משה געציל
ווי לאנג דער פלעשעל וויסקי ליגט נישט ביים תיקון טישל זענען זיי נאך נישט ראי' לבא בקהל... זיי מעגן גיין מיט קאפלעך ביזן דאך און גאטשעס ביז די קנעכלעך...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:24 am
דורך אויס מענטש
ווי אזוי קען מען זיצן שעות רצופות און לאזן דעם באטל פול און די קיכעלעך אומבארירט
איך בין געקומען צו די מסקנא {לענ"ד} אז דאס זענען נישט קיין עכטע לעבעדיגע מענטשען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:26 am
דורך אויס מענטש
זיי האבן זיך געכאפט אז דער עולם האלט מיט זייער שמועס
זיי האבן איינגענומען א שווייגעניש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:28 am
דורך אויס מענטש
דער קעגן איבער זעהט מיר אויס שוין צו זיין א מה יעשה'ניק
א אלץ ווייסער
{ווער ווייסט אפשר שוין א כופר}
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:26 am
דורך מורינו הרב
איך וויל קריטיקירן די קאפלעך.
היתכן, אזעלכע קאפלעך גייט מען דא? - די וועלט ווערט מאדערן...
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:16 am
דורך דבילה
ווילאנג די נעמען זייערע זענען נישט אויפגענייט אויפ'ן קאפל איז דאס גאר אלטמאדיש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:37 am
דורך נולד מאוחר
ס'קוקט אויס ווי א ביימישע בעשוי אביסעל אויפגעקלערט איינער טרינקט פין די אנגעגרייטע סעלטזער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:16 am
דורך געפילטע פיש
קען נישט זײן קיין הײמישע בעשױ, די טיש מוז דאך זיין לכה"פ 6 פיס ברייט, זעסט נישט ווי די פיס טאטשען זיך?
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:21 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:קען נישט זײן קיין הײמישע בעשױ, די טיש מוז דאך זיין לכה"פ 6 פיס ברייט, זעסט נישט ווי די פיס טאטשען זיך?
לא קשיא כאן קודם האטיילונג כאן לאחר...
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:35 am
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי א ביימישע בעשוי אביסעל אויפגעקלערט איינער טרינקט פין די אנגעגרייטע סעלטזער.
רחמנא ליצלן, דאס איז דאך צוויי מענער! כ'האב געוואוסט אז ק"ש וועט אראפפירן אידישע קינדער פון וועג, אבער אויף אזוי ווייט האב איך מיך נישט געראכטן. הוי, כשיורדין... (ביטע פילט אריין א טיפע געמאכטע קרעכץ).
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:12 am
דורך טעפל
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי א ביימישע בעשוי אביסעל אויפגעקלערט איינער טרינקט פין די אנגעגרייטע סעלטזער.
רחמנא ליצלן, דאס איז דאך צוויי מענער! כ'האב געוואוסט אז ק"ש וועט אראפפירן אידישע קינדער פון וועג, אבער אויף אזוי ווייט האב איך מיך נישט געראכטן. הוי, כשיורדין... (ביטע פילט אריין א טיפע געמאכטע קרעכץ).
ווארט נאך א ביסל באלד גייט שוין זיין א יאר פונעם שטיבל, מוועט זעהן וואס מ'וועט דעמאטס ארויפלייגען!!
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:46 pm
דורך יידל
צום יאר האט מען זיי ווידעראמאל אנגעטון קאפלעך, כדי צו מונע זיין חשש ברכה יתומה האט מען זיי נישט ערלויבט צו ברענגן קיכעלעך היי יאר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:44 pm
דורך מתבודד
לויט ווי איך הער איז דאס די סאמע ערשטע אשכול אין אונזער באליבטן שטיבל. טראכט איך אויב מ’קען מאכן פון דעם א NFT און ארויסליייגן צום פארקויפן, און אזא היסטארישע ארטיקל וועט דאך זיכער נישט גיין פאר אונטער אפאר מיליאן, קען עס אפשר זיין אלס א עמוד התווך פארן נייעם קרן הרמבם!
און היות קאווע שטיבל איז דאך ממש השכלה (ח”ו! נאר עפ”ל) וועט מען מיט דעם מקיים זיין די פסוק מְהָרְסַיִךְ וּמַחֲרִבַיִךְ מִמֵּךְ יֵצֵאוּ!
איינער האלט מיט?