בלאט 1 פון 1

דאס און יענץ פון פרעד מעקדאועל (אן דה מעין ליין)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:09 pm
דורך המלוכה והממשלה
די בלאג "אן דע מעין ליין" איז זייער באקאנט פאר יעדער וואס האט ליב היסטאריע. דער אנאנים שרייבער פון די בלאג רופט זיך מיט צוויי נעמען, "מיסיסיפי פרעד מעקדאועל" (אין קורצען "פרעד מעקדאועל") און "ש."
MISSISSIPPI FRED MACDOWELL
S.

כ'בין זיכער אז א גרויסע עולם דא ליינט זיין בלאג, אדער האט עס געליינט ווען עס איז געוועהן מער אקטיוו. אין די לעצטע פאר יאהר איז עס ווייניגער אקטיוו, און פרעד לייגט זיינע פרישע חשיפות בעיקר אויף פ"ב וכדומה, און א גרויסע עולם איז נישט זוכה דערצו. וועלמיר דא פראבירן ארויפצושטעלן אינטערסאנטע טרעפענישן פון פרעד.

פרעד איז א אוהב היסטאריע ,ער ליינט כסדר אלטע ביכער און אויסגאבעס און ברענגט אינטערסאנטע קאפיס וואס זענען אינטערסאנט סיי פון א אידישע שטאנדפונקט און סיי פון אלגעמיינע אינטערעסע.