בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:05 pm
דורך לעיקוואד
סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:09 pm
דורך קאווע טרינקער
דו פארגלייכסט שירות ותשבחות פארן אייבירשטען צו אן אייזקרים ביזנעס?? חלילה לך!!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:14 pm
דורך סאשי פיש
לעיקוואד האט געשריבן:סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?

ווילסט מען זאל פארשפארן די מוזיק פארום?
ווי זעסטו לויטער עדס?
עס איז דא אשכולות איבער די איד. די בלאט. מאמענט. שטערן. שפאקטיוו.
וואס איז דא אנדערש?! אדרבה ילמדנו רבינו.


נ.ב. לאליפאפ האט געפענט די אשכול נישט די בעל מחבר.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:19 pm
דורך לעיקוואד
סנישט שווער צו זעהן דער חילוק פון די מיט די.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:28 pm
דורך סאשי פיש
לעיקוואד האט געשריבן:סנישט שווער צו זעהן דער חילוק פון די מיט די.

די מיט די איז שווער
די מיט דו איז גרינגער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:37 pm
דורך כוכב
א נייע סידי, א נייע ספר איז אלץ או אינטערעסאנטע נייעס ווידעראום אייזקרים אינטערעסירט נישט קיינעם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:38 pm
דורך לעיקוואד
הוא גופא למה? מסתם ביי די אייזקרים ליבהאבער איז דאס א נייעס פונקט ווי ביי די מוזיק ליבהאבער איז דאס א נייעס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:53 pm
דורך סאשי פיש
זעט אבער אויס אז עס איז נישט דא גענוג אייזקריעם ליבהאבערס אז מען זאל גרינדען פאר זיי עקסטערע פארומס ווידעראום אויף ספרים און ביכער און אויף מוזיק האט מען יא געמאכט.
אפשר טאקע דארף מען רעדן צו באריסטא דערוועגן.
קען אפשר זיין אז אייזקריעם האט יא א באזונדערע פארום פאר זיך איך מיין די קונסט פארום, ווי אזוי צו מאכען א גוטע אייזקריעם...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:21 am
דורך MK Studio
לך לך האט געשריבן:בערגער זרילי זינגט דארט?



זרילי בערגער זינגט אויפן אלבום אלס א חלק פון די קווייער, (ער האט געזינגען ביי מיר 4 יאר אין די קווייער) אבער נישט אלס סולו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:23 am
דורך קאנצעפט
צו זאגן אז דא איז נישט די פלאץ פאר אן אשכול אין מוזיק פארום איבער א מוזיק אלבום ארויסגעגעבן דורך די סמעטענע אין אידיש מוזיק, איז נאריש גערעדט. כ'זע נישט וואס קען זיין א גרעסערע מוזיק נייעס ווי דעם
לעיקוואוד, איך בין דיסעפוינטעד!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 4:46 pm
דורך ודי למבין
לעיקוואד האט א פוינט. אבער מאי עמא דבר? די מציאות איז אז אלע (פארשטייט זיך אז איך מיין צו זאגן אסאך...) פארומס, יודישע און גוישע, טוען "עדווערטייזען" מוזיק. איי געס די ריזען איז ווייל ס'נישט דווקא אן עדווערטייזמענט נאר א שמועס איבער דעם און דאס איז א זאך וואס גאר אסאך מענטשן האבן ליב צו דיסקוסירן...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:19 pm
דורך שעפטל
סאשי פיש האט געשריבן:די נייע איבערגעמאכטע פריוויא דא

די קווייער איז הערליך, בקיצור אן [tag]MK Studio[/tag] פראדוקט. איך קען קוים ווארטן אויף דעם אלבום, טראץ דעם וואס די פריוויו דארף ווען אפשר זיין מער יוסי'ן!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:39 am
דורך יידל
מ'האמיר זיך אקורשט איינגעהאנדלט דעם קאסעטע פון ניגון מוזיק דאט קאם. דער ערשטער ניגון, התקבצו, איז עפעס שלא מעלמא הדין, עס האט מיר נאסטאלגיש צוריקגעטראגן צו די הויעכע מאמענטן וואס כ'האב געהאט הערנדיג גרין'ס התו השמיני בשעתו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:41 pm
דורך לאליפאפ
לעיקוואד האט געשריבן:סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?

שים לב, אז איך האב געעפנט דעם אשכול און נישט MK, און בכלל דעדיקעיט קאווע שטיבל א מוזיק פארום און נישט א נייע עסן פראדוקטן פארום, ממילא איז נישט מער ווי שכלדיג צו אריינלייגן דא פשוט'ע נייעס פון מוזיק. וואס איז דיין תמיהה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:09 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס איז מיטן אשכול אז גפן עפנט א נייע מילכיגע ליין?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:11 pm
דורך סאשי פיש
עס איז מער א פאליטיק אשכול פארוואס גפן טוט עס און אז זיי האבען די מאנפאל אויף די כשר׳ע מארקעט און אז מען טאר עס נישט צולאזען

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 5:32 pm
דורך הרב_שלום
וואס איז פשט אז ער זינגט אויף יעדע נוגין וואס ער קאמפאזט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:09 pm
דורך יין שרף
ווייל ער האט א שיינע קול.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:35 pm
דורך איך אויך
חחח.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:14 pm
דורך לאליפאפ
הרב_שלום האט געשריבן:וואס איז פשט אז ער זינגט אויף יעדע נוגין וואס ער קאמפאזט

ער בעט ביליגער אזוי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:37 am
דורך MK Studio
דער אלבום איז אקורשט געווארן עוועילעבל אויף עמעזאן, האפענטליך וועט עס נישט נעמען לאנג עס זאל זיין אויף גוגל פלעי און אייטונס.

איך אנטשולדיג זיך פאר די דילעי, די קאמפאני וואס לייגט ארויף די זאכן אנליין האט געמאכט פראבלעמען ארויפצולייגן אויף אייטונס, און אונז האמער נעכטן נאכט געטוישט צו א נייע קאמפאני.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:50 am
דורך מ גפני
כ'האב נעכטען אויסגעהערט דעם CD כ'זאג אייך רבותי אזא "מתנה טובה" האמיר שוין לאנג נישט באקומען, [tag]MK Studio[/tag] כה לחי!!!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 1:02 pm
דורך שעפטל
ס'וועט זיין אפשר אביסעלע באורינג און קינדעריש צו שרייבן אז אויף דעם האמער געווארט, מ'זאגט עס נאכאמאל און נאכאמאל אויף יעדע צווייטע אלבום.

גראדע איז אבער די אלבום א חידוש נפלא! ביז יעצט האט מען געהערט גוטע אלבום'ס מיט קינדער פון קינדערלעך, יעשיווע בויס, צו מיאמי (פוי!) בויס, העכסטענס א קעמפ שלוה... אבער אזאנס פראפעשענאל פון [tag]MK Studio[/tag] קווייער איז העכער אלע ערווארטונגן! שיין, זיס און אזוי פראפעשענעל, מ'קען (עכ"פ איך) דאס הערן און הערן נאכאמאל און נאכאמאל.

פאר ווער ס'האט ליב וויאזוי יוסי זינגט און קרעכצט איז דאס ממש וואונדערבאר, סיי זיין ווילדע זינגן ביים ערשטן ניגון, סיי זיין קרעכצט ביי "קדוש".

האט פיינע סאולא'ס, שיין און טייל קוקט מיר אויס גאר אינגע וואס געבן צו אביסל ספייס צום נייעם אלבום.

די קווייער פון די קינדער בשעת יוסי זינגט איז מלא חידושים, זייערע געשרייערייען זענען ווערט אלע געלטער, איך האב שוין באלד מורא אז משי געט זיי צופיל קולעי וואסער צו העכערן זייער ציקער און צולאזענקייט... יו נאו וואט? איך ספאנסער נאך א פולע קעיס פון קולעי..!

און יא, דער אדרבה ניגון, איז גראדע גאנץ א גוטע אויסוואל פון זיינע אלטע ניגונים!

אוי ווי מעכטיג אוי ווי הייליג... אפפס סארי ס'ארבייט יעצט דא