נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 5:29 pm
איך זעה אז ס'שטייט זוטשקא , נישט דזשיקוב.
(און וואס איז פשט פון די שאהל אינמיטען די זומער??)
(און וואס איז פשט פון די שאהל אינמיטען די זומער??)
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=706
לעמיל האט געשריבן:איז דא א אנדרע זייט פאר די מטבע? וואס זאגען די מנדיל'ס אויף דעים?
ר’ נפתלי חיים איז געווען א שטיף קינד פונעם סערעטער, דהיינו זיין מאמע האט חתונה געהאט בזוו”ש מיט’ן סערעטער און געהאט מיט אים נאך 3 קינדער: דער חכמת אליעזר, ר’ משה דער ראש ישיבה און הרבנית שטערנבוך פון אנטווערפען (מעכעלע חלוץ איז געווען מזוו”ר פונעם סערעטער).הדד בן בדד האט געשריבן: ר' ישראל אליעזר אדלער איז א וויזשניצער אייניקל, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דעם אמרי חיים, זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי חיים אדלער זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און זייער א חשוב'ער איד און ער האט אסאך געהאלפן דעם שווער אויפבויען שיכון וויזניץ אין ב"ב. שפעטער האט דער אמרי חיים געשיקט דעם איידעם וואוינען קיין חיפה לעבן זיין ברודער דעם סערעט'ער רבי'ן, ער זאל אים העלפן אויפשטעלן דארט זיין חסידות, און ר' נפתלי חיים האט זיך טאקע אריינגעלייגט אין דעם בכל נפשו ובכל מאודו, און ער האט טאקע מצליח געווען, ער האט שיין אוועק געשטעלט דעם רמת וויזניץ געגענט אין חיפה, וואו עס געפינט זיך ביז היינט דער הויפטקווארטיר פון דעם סערעט וויזניץ'ער חסידות.
וויבאלד דער היינטיגער סערעט'ער רבי איז נישט געווען דעמאלס אין א מצב פון זיין מ"מ פון זיין טאטן, האט דער עולם פארשטאנען מיט א פשטות אז מ"מ וועט זיין ר' נפתלי חיים.