בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:29 pm
דורך מאטי
לאכט נישט...אבער אין בעלזא אינדערהיים האט א בחור נישט געזאגט דאס ווארט "פינפערל". איר ווייסט פארוואס? ווייל א פינפערל האט געקאסט א בייגעלע וואס די פרויען האבן געקויפט צופרי פונעם בעקער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:36 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:41 pm
דורך פארוואס?
מ'דערציילט אז אין גער, פלעגט מען נישט ארויסזאגן דאס טמא'נע ווארט "אשה" פון מויל. נאר מ'פלעגט זיי רופן נשמה.
געווען איינמאל א גערער חסיד, וואס איז געקומען זיך אדורכרעדן מיטן רבי'ן איבער פריוואטע עניינים, (קען זיין בנוגע מצות עונה), און די רעביצין איז געווען אין צימער, וויבאלד דער חסיד האט זיך געפיהלט אביסל אומ-באקוועם אז די רעבעצין זאל מיט-האלטן זיינע פריוואטע עניינים, איז ער שטיל געבליבן און געווארט.
פרעגט איהם דער רבי: אויף וואס ווארטסטו?
ענטפערט דער חסיד מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד: איך ווארט דער רבינ'ס נשמה זאל ארויסגיין...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:14 am
דורך קול דודי
פארוואס? האט געשריבן:מ'דערציילט אז אין גער, פלעגט מען נישט ארויסזאגן דאס טמא'נע ווארט "אשה" פון מויל. נאר מ'פלעגט זיי רופן נשמה.
געווען איינמאל א גערער חסיד, [...]
ענטפערט דער חסיד מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד: איך ווארט דער רבינ'ס נשמה זאל ארויסגיין...
יא, דאכט זיך אז דער זעלבער האט יעדן טאג, פאר׳ן זעלבן טעם, אנשטאט מאכן די ברכה ״שלא עשני אשה״ געמאכט די ברכה ״שלא עשני כרצונו״.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 9:06 pm
דורך אדמו״ר
אין גור פלעגט מען נישט ח״ו זאגן אויף די פרוי ווייב, אויך נישט אידענע, נאר ״יענצל״.
איז פארציילט מען א ווערטל, אמאל זענען די גערער רבי מיט דער ברך משה מסאטמאר געווען אינאיינעם אויף א פליגער. און דער גערער רבי האט געוואלט זיצן נעבן דעם סאטמארן רבי. זענדיג אז די זיץ נעבן אים איז ליידיג, איז ער צוגעגאנגן צי אים און געפרעגט צו ער ברויך אפשר די זיץ? דער ברך משה ענטפערט אים, אז לכתחילה האב איך עס געדארפט פאר מיין יענצל(ער פלעגט זאגן א י׳ אנשטאט א ר׳ כידוע- רענצל) און אז איר ווילט קען איך לייגן מיין יענצל אויפן אנדערן זיץ, וועט איר דא קענען זיצן.
דער גערער רבי איז תיכף אראפ פונעם פליגער....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:00 am
דורך berlbalaguleh
Re: האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:17 pm
דורך שעפטאל
יעצט געטראפן
ב"ה דא אויף ק"ש זענען אויכעט דא ערליכע ניקים וואס רירן זיך נישט אוועק פונעם מסורה!
Re:
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:27 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מאטי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:29 pm
לאכט נישט...אבער אין בעלזא אינדערהיים האט א בחור נישט געזאגט דאס ווארט "פינפערל". איר ווייסט פארוואס? ווייל א פינפערל האט געקאסט א בייגעלע וואס די פרויען האבן געקויפט צופרי פונעם בעקער.
אויך האט מען נישט געטארט זאגן דאס ווארט "קופפער" ווייל א טאפ ווערט געמאכט פון קופפער און אין א טאפ קאכט מען אויף א חתונה, און א בחור טאר נישט גיין אויף א חתונה.
וואס געשעהט איז אז זייט די תקנה באקומט מען א הרהור רע יעדעס מאל ווען מען זאגט די ווארט קופפער.. גיי פארשטיי
Re: האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
Re: האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:30 pm
דורך וואלווי
האסט נישט געכאפט דעם רמז. ער האט געמיינט אז אויב די וועסט פלייסיג לערנען, וועסטו אויך זוכה זיין צו האבן די ידים מלוכלכת ווי דוד המלך וועסטו אויך קענען נוצן פיורעל...