קען מדינת ישראל באזיגן ISIS?
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
[tag]קינד_אן_קייט[/tag] מען רעדט נישט פון זיי עוקר מן השורש זיין לגמרי ווי בוש האט געחלומט אויף אל קאידא, ווען די מלחמה איז אויף שטח, דאס מיינט פאר וועם א געוויסע שטח בעלאנגט איז אוודאי שייך זיג.
למען הפונקטליכקייט: ISIS זענען סוניס און פייטן די שיאטן. נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק למעשה ווייל ביידע זענען זיי די זעלבע רוצחים און ביידע גלייבן זיי אין מוחאמעד, זיי פייטן בעיקר ווער דער ממשיך דרכו פון מוחאמעד איז געווען, ס'איז א אהרן זלמן לייב פאליטיק וואס ציהט זיך שוין 1500 יאר.
דו באקוקסט דעם מצב זייער פאזיטיוו, למעשה איז זייער שווער צו וויסן וועם איראן און אנדערע פיינטליכע לענדער וועלן זיך ענדערש צושטעלן בעת א מלחמה, אוודאי קען מען פארשטיין אז אייסיס איז זיי א גרעסערע שונא ווי מדינת ישראל ווייל אייסיס באדראעט זייער לאנד און ישראל נישט, אבער פון די אנדערע זייט א לאנד ווי איראן למשל, וואס האט נישט צופיל מורא פון אייסיס וועט מעגליך אויסנוצן די געלעגנהייט און צוהעלפן אייסיס, באמת איז עס א שאך שפיל ווייל די אראבישע לענדער זענען אלע צוקריגט צווישן זיך נישטא קיין 3 לענדער וואס זאלן נישט זיין 4 מאל צוקריגט צווישן זיך אבער דער על באגדאדי שפילט דעם געים זייער גוט, די פאליטיק וואס ער האט געשפילט די לעצטע יאר ווי למשל מיט אל קאידא און די סוקסעפולע מלחמות וואס ער האט געפירט זענען אלע עדות אויף דעם, די אראבישע לענדער ציטערן אלע אין הויזן ובפרט ירדן מיט מצרים ביידע אליארטע לענדער אבער נישט סטאביל גענוג צו פייטן אייסיס, בקיצור אויב די מערב וועלט וועט ווייטער שווייגן ווי ביז יעצט איז ארץ ישראל אין ביג טראבל.

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
[tag]בשבילי![/tag], [tag]ביבער[/tag], נתהפכו היוצרות, טעות לעולם חוזר וכל מקום שאתה מוצא שאיאט צ״ל סוני (שוין פארראכטען), אבער די עיקר נקודה איז אז זיי זענען ארום גערינגעלט דורך לאנגע שונאים (די שאיאטישע איראן, סיריע און לבנון) אין דעם גאנצן ראיאן און די חברה זענען שטערקער ווי זיי.
[tag]zurich[/tag], זייער עסק מיט אמעריקא איז בעיקר צוליב איראק וואס אמעריקא קאנטראלירט אונטער די קוליסן, און הלכה למעשה, איז דאך אמעריקא בפירוש פארמישט אינעם טעגליכן קאמף זיי אויסצוראטען.
ביבער, לגבי איראן, איז זייער עיקר אינטערעסע צו קאנטראלירן אדער לכה״פ האבן א שטארקע איינפלוס אויפ׳ן הלוך ילך פון די רעגירונג אין איראק, סטראטעגיש איז דאס זייער הויפט ציל, און דאס זעלבע איז אויך מיט סיריע און לבנון. מדינת ישראל פארנעמט יעצט נישט דער אויבנאן אויף זייער אגענדע, ווייל אינערליך זענען זיי אפגעשוואכט (עקאנאמיש צוליב די סאנקציעס, און אויך פאליטיש צוליב דאס אומרואיגקייט און ווידערשפעניגקייט פונעם פאלק - בעיקר די יונגווארג), דערפאר מוזן זיי זיך שטערקער באפעסטיגן ביי די גרעניצן און ISIS איז גאר א שטארקער פראבלעם און דאגה פאר זיי, זיי ארבעטן אפילו נאענטערהייט מיט אמעריקא כדי זיך צו ספראווען דערמיט.

כאן, חבל טבור הארץ.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
איך בין נישט קיין גרויסע פארשטייער אדער היסטאריקער אבער איך וועל צולייגן מיינע הרגשות אינעם ענין
לכוארה איז [tag][/tag]קינד גערעכט isis למעשה האט דא גארנישט מחדש געווען מער ווי אגרעסיוויע דעס וואס זיי טוען איז שוין געטון געווארן הונדערטער מאל אינעם אראבישן ראיאן אמאל דער אמאל יענער זיי ווייזן נאר ארויס שטארקע שטייפקייט וואס יא ווי מ'געט איבער האבן זיי אונטער זיך אסאך געלט און געפערליכע וואפן (צו ס'איז אמת צו נישט דארף איך פרעגן קאלין פאועל ) און מיט זייער אגרעסיוויע זענען זיי שוין אנגעקומען זייער ווייט און האבן שטוינענדיגע נצחונות
אבער דערווייל האבן זיי נאר נצחונות אין אזעלכע לענדער ווי ס'איז נישטא קיין געהעריגע שטארקע סטאביליזירטע רעגירונג דארט ווי די רעגירונג איז ווי א אפגעשוואכטע טיגער ווי איראק סיריע ליביע
יעצט שטעלט זיך די הויפט פראגע וואס גייט זיין ווען זיי גייען אנגריפן א געהעריגע רעגירונג ווי א"י אמעריקא ענגלאנד קען מען זיי מסתמא צושמעטערן זייער שנעל ס'וועט זיכער קאסטן קרבנות געלט טעראר אטאקעס היפש אנגעצויגענע אומרואיגע טעג,, א זאך וואס מ'קען פארמיידן מיט טון פאראויסדיגע שריט און זיי נאך צוקלאפן בעוד מועד בטרם יבא צר וואס דעס איז אייגענטליך די מיינונגס פארשידענהייט צווישן אמעריקא און עגיפטן ווען מ'זאל זיך נעמען צו דער זאך, אבער דאס איז זיכער (?) אז איינמאל מ'וועט זיך נעמען איבער זיי וועט מען זיי צושמעטערן און שוואך מאכן (שיינע חלומות איז דאס טאקע אזוי זענען זיי נישט שטערקער ווי מ'מיינט ? ווער ווייסט ) סוכ"ס זענען זיי נישט קיין רעגירונג דערווייל נאר א טעראר גרופע
די גרעסערע ציטער איז פוטין וואס קיינער ווייסט נישט וואס ס'דרייט זיך אלס אין דעם עגאאיסטישן מח און ווי ווייט ער איז גרייט צו גיין ווייזן זיין שטאלץ און צו ער וועט זיך וועלן שלאגן מיט אמעריקא טאמער ס'וועט אים אנשמעקען
כ"ז נראה לפע"ד

- יעדער לאכט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 122
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:ווי קען זיין אז ער, און דזשעימס פאלי, רעדן מיט אזא רואיגקייט סעקונדעס פאר'ן גע'שחט'ן ווערן???
אונזערע זיידעס אין לאגער זענען אויך נעבעך שוין געווען רואיג ווען ס'איז געקומען למעשה, זיי האבן באטראכט דעם טויט מער ווי א אויסלייזונג פון דעם פיינליכן לעבן.
די זעלבע דא זיי האבן מיטגעמאכט דארט שבעה מדורי גיהנום זיי האבן יעדן טאג פריש געזעהן דעם טויט פאר די אויגן, און ווען די צייט איז געקומען זענען זיי שוין געווען מער רואיג און קאלט.
לאכן לאכט דער וואס לאכט!
שעפטל האט געשריבן:זיי זענען נישט ביי זיך, בלא שאלה, אפשר סתם גוט געברעינוואשט? איך האלט (נאכנישט גענדיגט מיינע אינוועסטיגעישאנס, ווארטס אויס פאר הונדערט פראצענטיגע רעזאלטאטן..) אז זיי זענען פשוט פארדראגט.
איך האלט אז די סטעיטמענט ווערט געמאכט אסאך פאר זיי ווערן גע'הרגעט, און די קרבנות מיינען נאך נעבעך אז אויב זיי וועלן פאלגען האבן זיי נאךא טשענס צו בלייבן לעבן
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
גאנצל האט געשריבן:וואס יא ווי מ'געט איבער האבן זיי אונטער זיך אסאך געלט און געפערליכע וואפן (צו ס'איז אמת צו נישט דארף איך פרעגן קאלין פאועל)

פאר׳ן דערמאנען קאלין פאעול, א ליצנות לדורות נעבאך.
לגבי די וואפן, איז נאך נישטא קיין הוכחות אז זיי האבן געלייגט א יד אויף געפערליכע מרעין בישין, די לעפטאפ וואס מען האט געטראפן איז בעיקר אנווייזונגען פאר היימיש געמאכטע געמויזעכצער (א שטייגער ווי די אינסטרוקציעס וואס די באסטאן מאראטאן באמבאדירער האבן גענוצט), און אינעם מאסול אוניווערסיטעט האבן זיי נישט געפינען עפעס ממשות׳דיג וואס זאל זיין אן ערנסטער געפאר.
כאן, חבל טבור הארץ.