בלאט 2 פון 16
הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 5:27 pm
דורך John Doe
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 5:34 pm
דורך איך אויך
נארמאל מוזן זיך אלע ארעסטאנטן שערן (עכ"פ אזוי איז געווען יענע צייטן) פאר די מאג-שאט, ער האט אויסגעפועלט ער זאל קענען בלייבן מיט די בארד, האבן די באאמטע גענוצט דעם קאמפיוטער וואס ווייזט וויאזוי ער וואלט אויסגעזעהן אהן א בארד.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 5:53 pm
דורך יואליש
סאציאלאגן מוטשען זיך שוין לאנג אויף די אלטע פראגע, וואס איז די אונטערשייד פון א קולט ביז א רעליגיע.
מאנכע זאגן די אונטערשייד פון א קולט ביז א רעליגיע איז "א הונדערט יאר צייט אפשניט"....
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 5:56 pm
דורך smart
יואליש נאדיר
ווי פארשטייט מען דעס אז אין אונזערע צייטען זאל קענען אונגיין אזא משוגענע
די שאלה איז וואס פארקויפט ער ? פארואס זאל איינער ווערן אנגעקלעבט אין אים?
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 7:10 pm
דורך שמואל הלוי
איך אויך האט געשריבן:נארמאל מוזן זיך אלע ארעסטאנטן שערן (עכ"פ אזוי איז געווען יענע צייטן)
היינטיגע צייטן איז זיכער נישט אזוי, ולוי אראן יוכיח.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 8:07 pm
דורך ביי דיר אויף שמחות
פארוואס האט מען אים ארעסטירט? ס׳געווען זיין עבירה? און וואס גייט יעצט פאר מיט יוסל וואלדמאן אז ער האט זיך אזוי ציווילדעוועט אויף דעם העלבראנץ?
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 8:15 pm
דורך שמואל הלוי
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:פוואס גייט יעצט פאר מיט יוסל וואלדמאן אז ער האט זיך אזוי ציווילדעוועט אויף דעם העלבראנץ?
דער זון נתן וואס איז אנטלאפן האט געבעטן פון יוסל ער זאל אים העלפן מלחמה האלטן צוריק צו באקומען זיין ווייב און קינדער. (אזוי ווי יוסל קען גוט די מלאכה האבענדיג עקספיריענס פון אזויפיל יאר)
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 8:20 pm
דורך ביי דיר אויף שמחות
דעמאלטס פארוואס נעמט ער נישט לעגאלע שריט? יוסל איז דאך מלומד אין די זאכן
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 8:25 pm
דורך ביי דיר אויף שמחות
יוסל האט געמאכט א 3 wayline מיט ביידע ברידערס נתן מיט נחמן ער האט זיי צאמגעשטעלט זיי זאלן זיך אויסשעלטן איינער דעם צווייטען, הער נאר די טעיפ ס׳הארץ רייסעניש
http://www.youtube.com/watch?v=rTlOqQ5c ... ata_player
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:31 am
דורך דבילה
רחמנא לשיזבן! ס'דעך ממש שוידערליך! ווארפטס אריין בחנם'דיקע אינטערנעט אין דעם שטעטל און בין איין מעת לעת איז די פראבלעם געלייזט!
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:26 am
דורך ביי דיר אויף שמחות
וואס האט דעי זוהן נתן חוטא געווען?? קען מיר איינער ביטע באשרייבן אביסל וואס ס׳גייט פאר דארט??
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 9:17 am
דורך יואליש
שמואל הלוי האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:נארמאל מוזן זיך אלע ארעסטאנטן שערן (עכ"פ אזוי איז געווען יענע צייטן)
היינטיגע צייטן איז זיכער נישט אזוי, ולוי אראן יוכיח.
בשעתו איז עס געווען א חידוש. מ'האט געשתדל'ט אז מ'זאל ערלויבן צו ניצען נייע אימעדזשינג טעכנעלאגיע. עכ"פ אזוי איז געווען דאן באריכטעט אין די חסידישע צייטונגן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:17 am
דורך chasid
John Doe האט געשריבן:]
דער קולט פירער. בשעת זיין ישי פימא קידנעפינג משפט האט די עף בי איי געמאכט אזא בילד מיט א קאמפוטער וואס ווייזט וויאזוי ער וואלט אויסגעזעהן אהן א בארד, טאמער ער פראבירט צו אנטלויפן און שערט זיך די בארד.
[i
אפשר שרייבט איינער בקיצור וואס ס'איז דעמאלטס פארגעקומען??
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:49 am
דורך לעמיל
קען איינער פארציילען קלאר וואס דא גיייט פאר מיט אים?????? ווער איז ער? וואס איז זיין פראבלעים???? אין אלעס ארום ביטע
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:26 am
דורך משולם שטיינפעלד
די ווארט מעשים תעתועים איז אביסל איבערגעטריבן, פאר די נושא וואס עס ווערט באשריבן אין טיימס.
אן אריינגיין אין די נושא וואס העלבראנס האט געטון דאן מיט ישי פימא. אבער די שמועות וואס דרייען זיך ארום איבער מעשים תעתועים וואס דער פארשוין טוט אפ ווערט בכלל נישט געדעקט אין דעם טיימס ארטיקל.
די דאזיגע טיימס ארטיקל איז סך הכל א פארזעצונג איבער די מידיע אטאקע אויף טשארלס היינס.
עס איז נאך נישט געווען באריכטעט אין קיין איין נארמאלע נייעס ארט, די אלע טונקעלע שמועות איבער קהלת לב טהור און איר פירער העלבראנס.
שוברו בצדו
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 6:51 pm
דורך יהודי שפוי
דא האט איר אן ארטיקל וואס זאגט להיפך, אז די גאנצע תביעה איז געווען רשעות
gestetnerupdates.com/2012/06/05/the-2001-ny-times-article-that-contradicts-the-nyt-of-2012-regarding-helbrans-of-1994/אגב, היינעס האט זיך געפירט מיט א גרויסע רשעות ביי יענע קעיס... ברם זכור אותו האיש לרע...
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 6:54 pm
דורך יהודי שפוי
smart האט געשריבן:יואליש נאדיר
ווי פארשטייט מען דעס אז אין אונזערע צייטען זאל קענען אונגיין אזא משוגענע
די שאלה איז וואס פארקויפט ער ? פארואס זאל איינער ווערן אנגעקלעבט אין אים?
דער ענטפער איז, ווייל ער איז SMART (נישט נאר מיט א ניק).
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 7:28 pm
דורך John Doe
האסט נישט פארשטאנען, דער ארטיקל זאגט גארנישט פארקערט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:43 am
דורך ביי דיר אויף שמחות
די בילד איז געכאפט געווארן פארגאנגענע חוה״מ סוכות. ס׳זייער טערעסאנט ווייל דא זעה׳ך אז די מיידלעך גייען אנגעטוהן מיט בגדי לבנים און נישט מיט די שווארצע דאכענעס
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 4:07 pm
דורך געפילטע פיש
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:די בילד איז געכאפט געווארן פארגאנגענע חוה״מ סוכות. ס׳זייער טערעסאנט ווייל דא זעה׳ך אז די מיידלעך גייען אנגעטוהן מיט בגדי לבנים און נישט מיט די שווארצע דאכענעס
אפשר שלש רגלים גייט מען מיט ווייסע, אזוי ווי די ווייסע זאקן אין בעלז...
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:00 pm
דורך איחוד פעלד
יאך וויל אהין גיין. ווער קומט מיט?
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:43 pm
דורך ניו יארק
אפשר חול המועד...
עס איז מן הסתם אינטערעסאנטער ווי בראנקס זאא
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 12:24 am
דורך חייםהערש
מען קען אריין גיין דארט שפאצירען?
זיי נעמען שוין אויף געסט?