בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 9:06 am
דורך ידען
קולמוס פון משפחה איז די זעלבע די ענגלישע און די עברית׳ישע?
בכלל איז די ענגלישע די זעלבע ארטיקלען ווי די עברית׳ישע?
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 10:06 am
דורך יידל
אבי גערעדט האט געשריבן:האסט אפשר די דעקל פון לשה"ק משפחה? אין אויב נישט, וואס זענען די מעין טאפיקס?
די קאווער סטארי:
רואים את הקולות: שנת תרצ"ג, מונקאטש. רבבות חסידים מתכוננים לחתונת בתו היחידה של האדמו"ר ה'מנחת אלעזר' זי"ע. צוות צילום גרמני, מצויד בכלים חדשניים, מגיע לעיר, מתעד את הווי החיים ומסריט מסר מיוחד מהרבי ליהודי אמריקה * 75 שנים לאחר פטירת האדמו"ר, שב ר' חיים אלעזר רבינוביץ', בכור נכדיו, אל המראות ואל הקולות, ומגלה: כך נחשפה ההסרטה ההיסטורית
נאכדעם אין קליין שטייט אזוי:
עמך עמי - בדרום ת"א צומחת קהילה גרי צדק מהפיליפינים, המפצירה: 'תנו לנו להישאר בארץ'
לא פסקה ישיבה - פרויקט מיוחד: צוות 'משפחה' שב אל חמישה כוללים ששימשו בתי גידול לגדולי התורה
האובדים מארץ גאנה - יצחק כרמלי נדד אל השבט האפריקני הטוען כי הוא הבן האובד של העם היהודי
משפטי השם - דוד דמן היה אורחו של הפרקליט האמריקני, שהקדיש את חייו לחיבור יצירת פאר תורנית
מכמורה לתורה - יעקב וקסלר נולד כיהודי, גדל כנוצרי, הפך לכומר וחזר לא מזמן לעם היהודי. ראיון
דערנאך שטייט אז "מ. ארבל [ה"ה יאיר ווינשטאק] חוזר עם סיפור חדש בהמשכים" מיטן נאמען "היהלום".
ידען האט געשריבן:קולמוס פון משפחה איז די זעלבע די ענגלישע און די עברית׳ישע?
בכלל איז די ענגלישע די זעלבע ארטיקלען ווי די עברית׳ישע?
אסאך מאל יא און אסאך מאל נישט. למשל פסח האט די ענגלישע קולמוס געהאט א געוואלדיגער ארטיקל אויף קידוש לבנה וועלכע איז מעקירא געשריבן געווארן אויף ענגליש אין איז נישט ערשינען אינעם לשה"ק קולמוס. יעצט אויף שבועות האט די לשה"ק'דיגע קולמוס געשריבן איבער "הרנסנס: כיצד התייחסו חכמי ישראל לתקופת המהפכה התרבותית והמדעית" וועלכע איז אמאל קורץ באשריבן געווארן אין די ענגלישע קולמוס.
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 8:04 pm
דורך משה רוקח
מיר האבן געליינט דורכאויס דעם יום טוב אזוי:
עמי
משפחה (ענגליש)
המודיע
דער בלאט
דער איד
בינה (האט מיין ווייב געליינט)
מעלות איז געוועהן ביי מיין שוויגער אינדערהיים אבער איך האב עס אפילו נישט אנגעקוקט.
די וואך
די כינוס
העולם החרדי
און איך האב נאך געהאט אסאך איבריג צייט!
נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 11:47 pm
דורך זר זהב
און וועלכע פון די צייטונגען (ניטש מאגאזינען) איז דיר געעווען ס'מערסטע אינטערעסאנט/באלערנד ?
נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 11:48 pm
דורך יידל
כ'האב הנאה געהאט זעענדיג ווי די צוויי חברה (איד אין בלאט) רייסען זיך ביי די קעפ, ביידע פרובירינדיג ארויסצוברענגן וועלכע רבי איז מעכטיגער...
(ס'האט מיר דערמאנט פון מיינע חדר יארן: "מיין טאטע איז א עכטע שומרים!"
"און מיין טאטע האט א ריזיגע בליטיגע פאסיק!")
נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 11:57 pm
דורך זר זהב
טרייבסט איבער. מהרז"ל האט גערעדט אום שבועות זייער שטארק אראטאריש ממש נישט זיין סטייל. האט דער איד עס אויך באריכטעט אויף א סיריעס וועג ווי איינער זאגט נאו ווי מיען ביזנעס.
דעם בלאט האביך נישט געזען קענעך נישט קאמענטירן.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:06 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:טרייבסט איבער. מהרז"ל האט גערעדט אום שבועות זייער שטארק אראטאריש ממש נישט זיין סטייל. האט דער איד עס אויך באריכטעט אויף א סיריעס וועג ווי איינער זאגט נאו ווי מיען ביזנעס.
דעם בלאט האביך נישט געזען קענעך נישט קאמענטירן.
איך הער. אז מ'רעד שוין פון כינוס, כ'האב שבת געזען א טראנסקריפט פון א דרשה פון ר' יענקל ווייס מנהל פון מתיבתא תורה ויראה סניף ברך משה וואס ער האט געגעבן זונטאג אין טאג פון כנוס ווי ער האט מסביר געווען באריכות פאר די בחורים פארוואס מהר"א ערלויבט נישט גיין צום כינוס. כ'האב שטארק הנאה געהאט ווי ער ענדיגט צו אז נאך אלעם דארף מען האבן רעספעקט פאר א צווייטן. מיר האבן טאקע אן אייגנארטיגע מסורה פון התבדלות און מיר דארפן דאס מקיים זיין, זאגט ער, אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן חוזק מאכן פון ווער עס פירט זיך אנדערש פון אונז און ח"ו צו בארעדן א צווייטען.
נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס איך האב געשמייכלט ליינענדיג, ער זאגט אז פאר צוויי יאר צוריק האט סאטמאר (מהר"א) פראטעסטירט אין מאנהעטען איבער חילול עצמות אין א"י, און "אונזערע אייגענע ברודער" זענען נישט געקומען צום פראטעסט "מחמת פריוואטע סיבות" און פון דעם ציט ער א פאראלעל צום כינוס אז מה דאך ווען ס'קומט צו פראטעסטירן קעגן די ציונים קענען זיך געוויסע סאטמארע אידן זיך צוריקהאטן פון קומען צוליב "פריוואטע סיבות" איז כש"כ די כינוס ווי עס איז דא גוטע סיבות פאר וואס נישט צו גיין וכו'. די "אייגענע ברודער" מיינט ער דאך אוודאי די בני מהרז"ל וועלכע האבן דוכט זיך דעמאלטס געמאכט א מארש אין וואשינגטאן אנשטאט זיך באטייליגען אין דעם פראטעסט וועלכע די בני מהר"א האבן אראנדזשירט.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:15 am
דורך זר זהב
אויב מיין זכרון ארבער גוט האט סאטמאר מהרז"ל נישט געוואלט גיין ווייל אנדערע עלעמענטן זענען אויך פונקט געגאנגען פראטעסטירן דארט (אפשר אראבער) און ס'וואלט אויסגעזען ווי מ'פראטעסטירט מוזאמען וואס די רבי ז"ל האט נישט געהאלט דערפון.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 4:14 am
דורך משה רוקח
זר זהב האט געשריבן:און וועלכע פון די צייטונגען (ניטש מאגאזינען) איז דיר געעווען ס'מערסטע אינטערעסאנט/באלערנד ?
As a magazine the Ami was the best.
As newspaper the Hamodia is the best.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 4:56 am
דורך in-Kolel
What about zman?
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 8:53 am
דורך ידען
Welcome back in-kolel
We missed you
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 2:28 pm
דורך משה רוקח
דער זמן האב איך נישט אזוי ליב ווייל רוב זאכן האב איך שוין געליינט אין דער שטערן /שפאקטיוו.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 2:59 pm
דורך in-Kolel
ידען האט געשריבן:Welcome back in-kolel
We missed you
Thanks back for a little while
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 10:25 am
דורך געפילטע פיש
in-Kolel האט געשריבן:ידען האט געשריבן:Welcome back in-kolel
We missed you
Thanks back for a little while
וועלקאם בעק, אבער מאך כאטשיג א נייע ניק אז די עולם זאל נישט כאפען אז דו ביזט ליידער דורכגעפאלען
די נסיון.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 10:53 am
דורך אברעמעל
יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול,
נישט געליינט כמעט קיין איין אויסגאבע,
יום טוב איז א צייט צו פארברענגען מיט די משפחה און די קינדער, ס'איז בכלל נישט אזוי לאנגווייליג.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 10:55 am
דורך ידען
זעהט אויס אז ער איז נאר צוריק פאר איין מינוט ווען ער האט געוואלט וויסן וועגן די זמן, און יעצט איז ער שוין ווייטער נישטא

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 4:05 pm
דורך געפילטע פיש
זעט אויס ער'ט בטעות אריינגעסיינט מיט זיין אלטע ניק...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:35 pm
דורך לעמיל
ארויף געברעינגט לכבוד יום טוב סוכות
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:47 pm
דורך in-Kolel
א גוטע וואך!
יעצט גענדיגט לייענען זמן׳ס ארטיקל איבער דעם אידישען אנטוואריסט ״עמיר דרומי״ איך מיז אייך זאגן איך געדענק נישט אזא ארטיקל א שאד איך האב עס נישט איבער געלאזט פאר סיכות
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:52 pm
דורך זר זהב
איז עס געווען אינעם שטערן אמאל?
און פארוואס איז דער זמן 2 מאל אזוי דיק ווי דעם שטערן?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 10:03 pm
דורך in-Kolel
זר זהב האט געשריבן:איז עס געווען אינעם שטערן אמאל?
און פארוואס איז דער זמן 2 מאל אזוי דיק ווי דעם שטערן?
נישט געווען אין שטערן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:18 am
דורך אוי טאטי
זר זהב האט געשריבן:איז עס געווען אינעם שטערן אמאל?
און פארוואס איז דער זמן 2 מאל אזוי דיק ווי דעם שטערן?
לכאורה ווייל אחוץ פון נייע ארטיקלען לייגט ער אריין אלטע ארטיקלען פונעם שטערן.
אדער עט מען זאגן, אז דארט ערלויבט ער זיך צי שרייבן זאכן וואס ער קען נישט שרייבן אונעם שטערן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 5:30 pm
דורך קליגער איד
זר זהב האט געשריבן:דו ביסט עס דארט געשטאנען ביים גראסערי אריינגאנג 4 שעה אין א צי ?...
דיר נעמט צוליינען די מעלות פיהר שעה???