בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:00 pm
דורך ציבעלע-קיגל
חלה דעקל האט געשריבן:ווען די שטעלסט דיך אפ פאר איינעם וואס אויסגעלאפען פון געז אויפען הייוועי און טיסט אים א טובה פארסט ארויס פין דיין וועג א האלבע שעה, קומסט צוריק מיט א פילע באטל און די זעסט דעי יוד האט שוין לאנג אפגעפיצט....


מי כעמך ישראל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:34 pm
דורך יעדער לאכט
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אין מיטן דרייווען פילסטו אז דו דארפסט מאכען א נפיחה... אין דו מאכסט טאקע א "קלינגעדיע".

אין נאך דעם חאפסטו אז דו האסט פריער אויפגענומען איינער פאר א היטש...

אדער אפי' בעסער...

דו חאפסט זיך אז דו האסט זיך נאר פארגולם'ט און דו שטייסט יעצט אין מיט'ן שטילע שמונה עשרה.


ס'איז טאקע מער נישטא קיין נארמאלע וויצן אז מ'מוז גיין מיט אומאיידעלע?


אבער געלאכט האסטו...

געלאכט פשוט ווייל "יעדער לאכט" ... אבער די וויץ איז מיר בכלל נישט פאני

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:22 pm
דורך סימפל
ווען מען רעדט זיך איין אז מען האט טשעסט פעין, און מען גייט כאפן אן הארץ אטאקע...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:06 am
דורך קאווע טרינקער
ווען די קאמפיוטער אין גראסערי פייפט הויעך און לאזט שוין נישט אויפשרייבן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:34 am
דורך [NAMELESS]
ווען מ'דרייווט צום ערשטן מאל ארויס פון מאנרא צום 17 און מען זעהט דעם סיין ראנג וועי.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:08 am
דורך סמבטיון
ווען מעוויל אריינווארפן א מיסט זעקל אין גארבידזש אין עס שפרינגט ארויס א קאץ גראד אין דיינע הענט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:13 pm
דורך דריידל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די קינדערס באס פארט אוועק.

די פרינטער לויפט אויס פון טינט אינמיטן א ביזי טאג.

מיין צוויי יעריגע לויפט צום גאס.

קאווע שטיבל איז אפליין.

די טעלעפאן פאלט אריין אין די וואנע.

די סמאוק אלארם צינד זיך אן ביים שכן.

די הויז שמעקט פון פייער, וואס קומט למעשה פון גאס.

די עקסטערע סקונדע ס'זעהט אויס די EZ PASS ארבייט נישט.

א ק"ש ארטיקל מעקט זיך אויס.

מיין ווייב טרעפט א רעסיט פון א שיינע נדבה.

מיין אינגל צוברעכט זיין גלעזער צום פיפטן מאל.

איך זעה א פארקינג טיקעט אויפן קאר.

א סטאר מאכט זיך צו די מינוט איך קום אן.

איך פארפאס מיין פלייט.

אויף א העווי GW Bridge ווינטער פרייטאג נאכמיטאג.

מ'לויפט אויס פון געז אויפן טרוועי.

מ'האט פארגעסן צו קויפן כריין.

די טשולענט איז געווארן פארשימעלט.

מ'איז געפארן צו א שמחה און פארגעסן די שטריימעל.

געפארן אויף וואקאציע און פארגעסן די תפילין.


רויטע,
די משלים וואס די ברענגסט זענען טאקע נישט קיין בע'טעמ'טע זאכן און וואלט אפשר אריינגעפאסט אינעם אשכול "אומאנגענעמע מאמענטן.

א מיני הארץ א טאקע געשענט ווען עס פאלט א פלוצימדיגער פחד

די מיני הארץ אטאקע וואס מען כאפט ווען...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:56 am
דורך יין שרף
אינמיטן עסן די פינאט באטער סעדנוויטש, לייענט מען אז עס איז דא א ריקאל אויף די קאמפאני׳ס פינאט באטער אלס חשש פון סאלמאנעלא וויירוס...!
וליתר שאת ווען א מינוט שפעטער דאכט זיך אז די בויך טוט וויי...