בלאט 2 פון 18
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:39 am
דורך diff
this is what I wrote
Jews always teach to bless Jews and keep on adding prayers like yekum purkan etc. But their schools teach to curse, like Hamas they teach their kids . Worst is that these idiots never grow up out of it
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:27 am
דורך מאטי
בקיצור, מ'מעג דארטן וואוינען אויב מ'האט זיך אהינגעצויגן בעפאר די צייט וואס סאטמאר רב האט זיך אהינגעצויגן, אבער נאך די צייט איז אסור צו מופן אויף א"י אלץ די עבירה פון ציונות און ס'קומט זיך דערפאר אזעלכע לשונות ווי "ימ"ש, פארשאלטענע דיעות כוזבות."
מקור ביטע...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:45 am
דורך לאליפאפ
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,
יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.
דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?
דאן האט נישט עקזיסטירט קיין מדינה, און לויט ווי איך פארשטיי איז דאן נישט געווען קיין פראפאגאנדע ארויפצוגיין, נישט געווען קיין הסברה מיטינג איבערצורעדן אנדערע צו מאכן עליה,
איז די מצוות ישוב ארץ ישראל אריבער א Downgrade זייט די ציונים זענען געווארן בעלי בתים?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:52 am
דורך ישראל קאפקע
יעפ, ביליעוו איט אר נאט,
ספעציעל מאסנווייז,
און ספעציעל דורך ציוניסטישע פראפאגאנדע,
ספעציעל ביי די וואס האבן נישט געמאכט א גענצליכע 'UNINSTALL' אויף עליה בחומה!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:57 am
דורך לאליפאפ
אקעי! אבי איך ווייס מיט וואספארא רעפ פון די אנטי ציוניזם באהערדע מ'האנדלט דא... בד"וו ליין איבער די ערשטע האלב פון איך אויך'ס תגובה, ס'איז זייער רעלעוואנט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:14 pm
דורך ישראל קאפקע
שכוח פארן קאמפלימענט, יור וועלקאם,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:00 pm
דורך עפל סיידער
געשוויסטער האט געשריבן:די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.
עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.
הרב דאמב איז טאקע פיין, ער זאגט גוטע פוינטס
איז דא א תקנה דא נישט אהינצולינקען? איך זעה @ מנשה ליסטיג האט זיך אפגערעדט דארט אז פאר אזא סארט חטא האט מען אים געווארפען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:02 pm
דורך געשוויסטער
נישט קיין אפיציעלע תקנה, אבער מען סטראשעט אין אישי.
די ציונית דא איז שוין ערגער ווי אין די כנסת המינים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:20 pm
דורך עפל סיידער
וואס האט אהינלינקען מיט ציוניזעם?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:24 pm
דורך כוכב
עפל סיידער האט געשריבן:געשוויסטער האט געשריבן:די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.
עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.
הרב דאמב איז טאקע פיין, ער זאגט גוטע פוינטס
איז דא א תקנה דא נישט אהינצולינקען? איך זעה @ מנשה ליסטיג האט זיך אפגערעדט דארט אז פאר אזא סארט חטא האט מען אים געווארפען
מנשה לוסטיג איז געפלויגן נאך פופצן (!) ווארענונגען אויף פארלעצונגען אויף די קאווע שטיבל רעגולאציעס.
די לעצטע שטרוי אויפן אייזל איז געווען ווען ער האט געעפענט א נאקעטע אשכול מיט א בלויזן לינק צו קרעטשמע צוליב אן אנגייענדיגע קאמפיין דארט צו פראמאטון קרעטשמע . ער האט דערמיט עובר געווען דריי פעלאניס : א פארפירישע לינק, אן אשכול אן קיין חידוש מיט בלויז א לינק , און אן אשכול וואס עקזיסטירט שוין צוויי אקוראט די זעלבע אשכולות.
מנשה איז א טייערע יונגערמאן, א משמח אלוקים ואנשים, אבער עפעס פעלט אים די מעגליכקייט זיך צו צושטעלן צו די פשוטע פארשריפטן פון דעם פלאץ און וועלט ליבערשט אויס צו וויינען קאזאק הנגזל אין קרעטשמע אז ער איז דער אמת לאמיתו.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:32 pm
דורך יאיר
איך ווייס נישט צו איינער דא ווייסט, אבער סאטמארער רב נעמט אן אין ויואל משה אז מצות ישוב ארץ ישראל איז קבוע וקיים היינטיגע צייטן. פארשטייט זיך טאמער איינעמ'ס ציל איז ארויפצוגיין אויף די מויערן און אייננעמען ארץ ישראל מיט שפיזן און שופרות (פון וועמען? פון די ציונים?) איז עס א מצוה הבא בעבירה, לשיטתו פון דעם סאטמארן רבי'ן.
סארי פאר אריינהאקן, מ'קען צוריקגיין צו די רויטע אותיות און עקסלעמעישאן מארקס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך קען נישט ליינען דעם אשכול, איך בין נאך סטאק ביים אשכול נאמען, ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!! איינער קען מיר פאר א פריקן יאר זאגן וואס מיינט ציונות ימ"ש. ציונות איז א מענטש?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:00 pm
דורך געשוויסטער
עטס שעלטס יעדער ערליכע מקום, און קרעטשמע איז בלויז איינער פון סיי.
ווען איך וואלט געווען א עסקן, וואלט איך געארבעט בטל צו מאכן די נאמען פון 'קאווע שטיבל' אין בתי מדרשים.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:02 pm
דורך ברסלבער
געשוויסטער האט געשריבן:עטס שעלטס יעדער ערליכע מקום, און קרעטשמע איז בלויז איינער פון סיי.
ווען איך וואלט געווען א עסקן, וואלט איך געארבעט בטל צו מאכן די נאמען פון 'קאווע שטיבל' אין בתי מדרשים.
האסט פארגעסן צוצולייגן ימ"ש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:03 pm
דורך כוכב
# בלא בלא בלא.
סאיז בכלל נישט קיין מקום, אן אפגעפליקטע פוסטע מדבר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:14 pm
דורך פלעין יודיש
געשוויסטער האט געשריבן:עטס שעלטס יעדער ערליכע מקום, און קרעטשמע איז בלויז איינער פון סיי.
ווען איך וואלט געווען א עסקן, וואלט איך געארבעט בטל צו מאכן די נאמען פון 'קאווע שטיבל' אין בתי מדרשים.
די בעסטע וואלט געווען טאקע, אז די זאלסט דעם סייט אריינלייגען אין חרם, און פארלאזען דעם מקום ווי אומשנעלסטן,
ווי שוין ערוועינט עטלעכע מאל טרייען מיר נישט צי זיין ענקער מעכטיגע קרעטשמע קאנקערענס , און לאז אינז במנוחה
קרעטשמע ארויף און קרעטשמע אראפ, האו קעירס!!!!!!!!!!!!!
הייב פיס און אנטלויף פון דעם טריפענעם מקום......
ס'איז א בחינה פון איכא דרכא אחרינא
אבער שוין
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:36 pm
דורך אייניקעל
צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה
א) מיט וואס איז די מצוה פון ישוב ארץ ישראל אנדערש פון די מצוה פון הנחת תפילין אדער ציצית?
לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין
ביטע זיי מסביר פאר די איגנארענד יודן עמי הארצים פארוואס די מצוה האט פלוצים עקספייערט, אדרבה לאמיר הערן און זיך לערנען
ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה
נישט קיין עמאציאנאלע תירוצים, נאר קלאר לאגיק און הלכה וואס זאל באלייכטן די אויגן פאר די וואס גייען אויפן קרומען וועג (וואס דערווייל שטימט עס בדרך כלל מיט אלע פסוקים, חז"ל'ן, פוסקים און מפרשים)
החותם בברכת ציונות של ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
געשוויסטער האט געשריבן:עפל סיידער האט געשריבן:געשוויסטער האט געשריבן:די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.
עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.
הרב דאמב איז טאקע פיין, ער זאגט גוטע פוינטס
איז דא א תקנה דא נישט אהינצולינקען? איך זעה @ מנשה ליסטיג האט זיך אפגערעדט דארט אז פאר אזא סארט חטא האט מען אים געווארפען
נישט קיין אפיציעלע תקנה, אבער מען סטראשעט אין אישי.
די ציונית דא איז שוין ערגער ווי אין די כנסת המינים
די קנאים ווערען געבעטען צו ארויסגיין סאיז א בית המינים דא אין דער רבי זכיגענייני לאזט נישט זיין דא...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
אייניקעל האט געשריבן:צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה
א) מיט וואס איז די מצוה פון ישוב ארץ ישראל אנדערש פון די מצוה פון הנחת תפילין אדער ציצית?
לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין
ביטע זיי מסביר פאר די איגנארענד יודן עמי הארצים פארוואס די מצוה האט פלוצים עקספייערט, אדרבה לאמיר הערן און זיך לערנען
ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה
נישט קיין עמאציאנאלע תירוצים, נאר קלאר לאגיק און הלכה וואס זאל באלייכטן די אויגן פאר די וואס גייען אויפן קרומען וועג (וואס דערווייל שטימט עס בדרך כלל מיט אלע פסוקים, חז"ל'ן, פוסקים און מפרשים)
החותם בברכת ציונות של ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים
צו באמערקען אז סאיז שוין דא שטארקע קלאנגען ביי די נטורי קראנקע שטיצערס אז מגייט אויפהערען צו זאגען די ברכה וואס די רופסט טאקע אן ברכת ציונות
אדער וועט מען טוישען צו ולפלאסטין עירך ברחמים תשוב ותחזינה עינינו בשובך לפלאסטין ברחמים, איין זאך איז זיכער קלאר אז בהיות די ברכה המחזיר שכינתו לציון וועקט אויף הרגשים פון ציונות, איז אסור בתכלית צו זאגען די ברכה.
והחותם בשם הוא ציוני נאצי מין ואפיקורס הכופר בתורת יואל ודת משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואס אויף אזעלכע כופרים איז שוין געפאסקענט להלכה אז מעלין ואין מורידין אותו

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:54 pm
דורך ודי למבין
יעצט אראפ געלייגט דעם טעלעפאון מיט מיין גוטע חבר ערעב יואל דאבל-וואו און באשטעלט א פלאץ ביים מעמד.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:25 am
דורך פלאוויוס
באזונדערס זענען אינטערעסאנט די מראי מקומות וואס דער וועבזייטל פון "זורח" ברענגט צו, אז איידער משיח וועט קומען וועלן אידן זיך משתדל זיין צוריקצוגיין קיין ארץ-ישראל, און דאס וועט ברענגען די התעוררות צו דער בעפארשטייענדער גאולה
http://zoreiach.wordpress.com/yishuv/ כלל ישראל דארף נאך אפאר אזעלכע געטרייע קינדער ווי ער! אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:50 am
דורך פאלשע פיש
אויב איז עס טאקע די מצוה וואס איז שוקל כנגד כל המצות, דאן זאל דער יואל הכהן מיט יואלי w אויפהייבן זיך מיט די ווייב און קינדער (אויב זיי גייען מיט..) און עולה זיין אויף א״י. וואס איז פשט פון דע אויפקלערינג פאר אידן וואס זענען אייביג אויפגעוואקסען מיט אן אנדערע שיטה.?!
איז יואלי w דער וואס גייט אינז מעורר זיין אז מ׳טרעט אויף די גרעסטע מצוה אין די תורה...? שיין זע מיר אויס...
איך מיין אז עפעס טיפערס ליגט אינטער דעם, און דאס גייט זיך נישט ענדיגען מיטן גיין וואוינען אויף א״י
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:38 am
דורך טעפל