בלאט 2 פון 12
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:20 pm
דורך טאמבל סאס
יעדער איינער דעפענירט אנדערשער "פרייהייט פון לעבן." פאר איינעם איז פרייהייט צו קענען הארגענען יעדער וואס אגריעט נישט מיט אים און נישט דארפן אפגעבן דין וחשבון. און פאר א צווייטן מיינט "פרייהייט" האבן די זעלבע רוטין יעדן טאג, צופרידן שטעלן יעדן איינעם, זיצן רוהיגן און לערנען אן קיין דאגות פאר פרנסה און אפשר אויך פירן טיש און מאכן אינטערנעט תקנות אפילו אויב דאס מיינט אז ער קען מער נישט עסן קיין פיצא.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 6:59 pm
דורך ישראל קאפקע
אבטולמוס האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איך קען נישט משיג זיין פון די אייסיס חברה, בפרט פון די וועלכע גייען אהין בחפץ לב, שווערע צענדליגער טויזענטער, אין די מאסן!
להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידן, טראץ אונזער "זיסע אידישקייט", פאלן שטיקער יעדן טאג צו די פרייע וועלט. פארפאלן, עבדא בהפקירא ניחא להו, מענטשן האבן ליב "פרידאם", קיינער זאל זיי נישט שטיין אין וועג. דאס איז שוין ביי אונז. ואם בארזים וכו', וואס זאל מען שוין זאגן צו די ברוטאלע שאריא געזעצן? צב"ש מען טאר נישט טרינקען אלקאהאל, מען טאר נישט הערן מוזיק, מען מוז טעגליך אויפשטיין גאר פרי און דאווענען 5 מאל א טאג אן קיינע תירוצים, און מען שטעלט מער משגיחים דערויף ווי אונזער וועד הצניעות, און אויב כאפט מען דיר עובר זיין הרג'עט מען תיכף ומיד, פארן גנב'ענען און געוויסע אנדערע עבירות האקט מען גרויזאם הענט און פוס, מען שניידט אראפ אברים, פאר יעדעס מינדעסטע שטות אדער מחשבה זרה קוילעט מען אויס מאסן אנשים נשים וטף, עס העלפט נישט קיין תשובה אדער חרטה; לכאורה וואלט דאך יעדער נארמאלער מענטש שיש לו מח בקדקדו געברויכט אנטלויפן פון אזא סארט לעבן כמטחוי קשת, מוחה זיין און לוחם זיין דערויף!!! און דערווייל לויפן מענטשן מיט א ענטוזיאזם זיך אנשליסן אין די גרופעס.
איינער פארשטייט עס? איך בין עס נישט משיג.
"עבדא בהפקירא ניחא ליה" מיינט נישט דווקא פירן א הפקר'דיג לעבן פון ****, דראגס און ראק-ענד-ראל, נאר אויך ווען א מענטש קוקט נישט אויף לאגיק, און לאזט זיך נארן פון זיינע פרימיטיווע דראנגען צו באקומען באפרידיגונג פון מארד און/אדער עקסטרעמיזם. ליידער זענען מיר גוט באקאנט מיט די אידישע עבדים וואס ס'איז זיי ניחא מפקיר צו זיין דעם שכל, כדי צו נהנה זיין פון עקסטרעמיסטישער באפרידיגונג.
שווער צו זאגן אז דאס מיינט 'בהפקירא', דאס וואס דו משלסט אויס, צי ס'איז א שלעכטע דרך, אדער סתם א נארישער דרך, איז גאנץ באשטימט נישט הפקירות,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:28 pm
דורך טאמבל סאס
"פרימיטיווע דראנגען", שטעל איך מיר פאר מיינט ראובן, די טיף באגראבענע פרימיטיווע אינסטינקטן פון קאניבאליזם און בארבאריזם, וואס איז געווען פון די בעסיק רולס אף די דזשאנגל צוריקגייענדיג ווייט אין אונזער היסטאריע. און אעפ"כ וואס רוב יומענס האבן זיך דערפון אפגעשאקלט און נארמאליזירט געווארן געפינען זיך נאך אלס אזעלכע וואס די דאזיגע נאטורן קומען ארויס ביי זיי, אויב זיי זענען ערגעץ וואו אין זייער לעבן אויסגעשטעלט געווען צו אומשטענדן וואס האבן ערמעגליכט די נאטורן זיך צו דעוואלאפן אויף אויסגענוצט צו ווערן אין די טראדיציאנאלע וועג, ענדישער ווי פאר הערארישע פאזיטיווע מאַסטערי.
און יא, "בהפקירא", ווייל עס איז לאגיק וואס האט אונז ביסלעכווייז איבערגעצייגט אפצולאזן/אויסצוגעוויינען זיך, פון די אכזרישע אינסטינקטן און ליבערשט מיט א אויסגערעכנטע איינגעהאלטענע אופן לייזן קאנפליקטן, טאלערירן אנדערע און אינוועסטירן אין סאסייעטיס. (דיפלאמאטיש באהאנדלען א קאנפליקט איז שווערער, און פארלאנגט מער ריסטרעין ווי פשוט אפפטר'ן יענעם. ס'וועט נעמען מער קאפ, מיה און צייט. דו קענסט נישט סימפלי פטור ווערן פון דיין רייוועל איבערנאכט. אויך איז נישט זיכער אז דו וועסט שטענדיג בלייבן איבער אים.) און אז די סאסייעטי האט אויסגעוואקסן די דראנגען און ס'איז פארהאן אזעלכע וואס פראקטאצירן דאס נאך יא, מאכט פשט זיי צו רופן "הפקרים". פארשטייט זיך אז ס'איז אויך שווערער צו דילען מיט עמיצער וואס האט א וואפן - וואס דו האסט שוין מער נישט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:44 pm
דורך ביבער
[tag]שמעקעדיג[/tag] ווען דו זאלסט וויסן וואס ווארט זיי וואלסטו אויך אהינגעלאפן... נעה וואס פארשטייט דער איד.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eA78e7Vh_XE[/youtube]
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 8:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
אייסיס איז שוין אין אבו גאהרעיב. א צוואנציג מינוט דרייוו פון באגדאד.
http://www.mcclatchydc.com/2014/10/03/2 ... hdads.html
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
פרייטיג האבן זיי ארויסגעגעבן א וודיאו ווי זיי הארגענען די פערטע מענטש
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:24 pm
דורך יין שרף
ביה״כ טאוועל פון אייסיס...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:02 am
דורך קינד_אן_קייט
א מאטארביציקל חבורה (גענ״ג בלע״ז) פון דייטשלאנד האבן זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אינעם קאמף צו העלפן באהערשן די אייסיס רוצחים:
German biker gangs join their Dutch counterparts in fighting against ISIS in Kobane
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:52 pm
דורך אפטעמיסט
Fight the barbaric Jews, and kill those of them hiding behind the gharqad trees — the tree of the Jews.
אייסיס, וויסענדיג אז נטרונא וועט קומען באשולדיגען מד"י אין זייער שנאת ישראל, מאכט זייער קלאר פון וואו זייער גרויליגע שנאה שטאמט: פונעם זעלבן קאראן וואס האט באפוילן צו זוכן די אידישע שוויינען און חזירים באהאלטן אונטער די ביימער.
עמער דארפן ווארטן אויף די ראדיא אנאנס פון החכם כ"ץ יר"ה צו הערן וויאזוי מ'קען דאך ריינוואשן אייסיס פון אנטיסעמיטזם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:09 pm
דורך ישראל קאפקע
נישט אינטערעסירט צו פארענטפערן די בארבארישע מערדערליכע גרופע אייסיל, אבער פארוואס האסטו אויס געלאזט די ערשטע פיר פיפטל סענטנס?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:06 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע נייעס!!!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:17 pm
דורך chusid
קען מיר איינער געבן צו פארשטיין דע רעלעטיבלי רואיגקייט פון די נשחטים פארן שחיטה?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:20 pm
דורך אברעמעל
ליין אביסל איבער די פיינונגען וואס זיי האבן מיטגעמאכט די צייט וואס זיי זענען געווען אין געפענגעניש, דאס איז געווען ווי זייער בעסטע אויסלייזונג.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:27 am
דורך שמעקעדיג
ווי קען מען לייענען
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:26 am
דורך [NAMELESS]
און יעצט קימט די ביטערע נייעס אז אייסיס האט געהרגעט פיטער קעיסיג
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:17 am
דורך גימפל
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי קען מען לייענען
נאדיר @שמעקעדיק
The Horror Before the Beheadings - NYTimes.com -
http://mobile.nytimes.com/2014/10/26/wo ... .html?_r=0
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:06 pm
דורך חד גדיא
איינער ווייסט ווי מ'קען זען די נייע ווידיא?
אייסיס און חברון
נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:26 am
דורך גימפל
שב"כ ארעסטירט דריי אייסיס מיטגלידער פון חברון.
השב"כ: סיכלנו פיגועים של פעילי דאעש מחברון
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4611189,00.html
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 12:41 pm
דורך [NAMELESS]
אייסיס זאגט ער גייט הרגענען די צוויי אויב יאפאן צאלט נישט 200 מיליאן דאללער ביז 72 שעה
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 12:54 pm
דורך שמעקעדיג
שוידערליך.
און כ'בין נישט מקנא די רעגירונגס פירער וועלכע דארפן פאסן די באשלוסן.
ואני תפלה, יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.
נשלח: דינסטאג יאנואר 20, 2015 3:41 pm
דורך petergrifin
איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז
צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.