בלאט 2 פון 2
Re: די ליבע פון עסן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:32 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב די עצם עסן איז דיר מחבר דאן פעלט נישט אויס די מחשבה, אויב די מחשבה איז מחבר פעלט נישט אויס די עצם אכילה
מעשה איז צום ווייניגסטענס גאר א שטארקע מחשבה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:02 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:ומרגלא בפומא דאבא מארי, דו האסט ליב פיש? דאן פארוואס הרג'עסטו עס און עסט עס אויף?.. אלא מאי האסטו דיר אליינס ליב.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZrgV93c_M08[/youtube]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:20 am
דורך שמעקעדיג
פונדעסטי,
כ'מיין אז מען מישט אויס "וועליו" (ד.ה. ווער עס איז וויכטיגער צו לעבן, צי א בהמה ווערט נדחה פאר מענטש), מיט דעם ענין פון "ליבשאפט". איך מיין דאס זענען 2 באזונדערע מושגים, מי נדחה מפני מי איז א בדיעבד גדול, נישט קיין ענין פון אהבה.
ביי די גוי'אישע וועלט איז דא א מושג אז מענער ווערן נדחה מפני פרויען און קינדער, עיי' ערך טיטאניק שיף וכדומה (וואס איך האלט אז עס האט נישט קיין שום הגיון, ואכמ"ל), הלכה זאגט אנדערש, אין דוחין נפש מפני נפש, אבער לכו"ע וואס האט דאס מיט דעם אז ווען א מענטש עסט אויף א בהמה וועלכע וואלט יעצט געקענט לעבן פראנק און פריי אז ער איז זיך מקשר צום בהמה מיט ליבשאפט?
קען זיין מיין אומפארשטענדעניש קומט מפני קוצר המשיג, אבער ולא הביישן למד.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:25 am
דורך כוכב
הלכה זאגט גראדע אז דוחין נפש מפני נפש און מענער גייען פאר פרויען און קינדער...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:19 pm
דורך מאטי
איז דאס נישט די איינציגסטע הסבר פארוואס קאנט זאל זיין גערעכט אז מען דארף טוהן די מערסטע גוטס פארן גרעסטען ציבור? פשוט ווייל ער זעהט נישט די פוסטע דמיון פון אנוכיות. ממילא נעמט מען אין באטראכט דאס גאנצע מציאות, און מען מאכט דעם חשבון לויט דעם
דאס איז דער הסבר פון
Jeremy_Bentham ועמו
John_Stuart_Mill די גרינדער פון שיטת
Utilitarianism א היפש אפגעפרעגטע, אינעם היינטיגן היומען רעכטן עפאכע. קאנט איז בפירוש מחולק אויף די שיטה און נעמט אן אז מאראלישע פליכטן שטייט פאר זיך אליינס אנע קאנסעקווענצן.
בנוגע דעם שמועס צו ס'איז בעסער פאר די בהמה צו ווערן א חלק פון דעם מענטש, דענק איך אז מ'האט פארפאסט א נקודה: דאס אנוכיות'דיגער אדער אומ'אנוכיות'דיגער - לאמיר דאס אנרופן דעם "אבסטראקטער" כח הרצון -, איז שוין לאנג נישטא ווען דאס פארציע איז מונח לפניו. אויב ס'איז שייך אויף עפעס א וועג צוברענגן אז די נקודה פנימי פונעם בהמה זאל ווירקליך אריינגיין אינעם מענטשן דאן וואלט איך געהערט א טענה אז די בהמה ווערט נתעלה דורך אהבה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:24 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:כדי דו זאלסט האבן טענות פארוואס מען הרגעט א בהמה אדער מענטש, דארפסטו בהכרח האלטן אז עס איז דא אן ערך, א value, אין זייער קיום, פון אן אביעקטיוון פערספעקטיוו.
איז אדרבא, זאג דו מיר וויאזוי דו שאצט אפ אז עס איז א גרעסערער ערך, מער valuable, אז דער מענטש, בהמה, אדער חפץ, זאל עקזיסטירן, ווי איידער זיי זאלן פארטיליגט ווערן.
געדענק, איך רעד נישט מצד זייער אנוכיותדיגער פערספעקטיוו. מען רעדט דא פון אן אינדרויסענדיגע אביעקטיווער אפשאצונג.
איינמאל מיר וועלן האבן א מושג אין די אביעקטיווער value פון עקזיסטירן, איבער נישט-עקזיסטירן, וועלן מיר קענען דערנאך באטראכטען די הייערארכיע פון value. מיר וועלן טאקע קענען אפשאצען צו עס איז בכלל דא מער אביעקטיווער ערך פון איין זאך איבער דעם צווייטען.
ובאופן פשוט, פארשטיי איך נישט דיין שאלה.
האלטסטו נישט אז מען דארף ענדערש ראטעווען איינשטיין ווי א בהמה?
אגב, מיר זענען אריין אין א זייטיגע נושא. דו פרעגסט ווער זאגט א מענטש האט מער ערך ווי א בהמה, ווארעם, אדער שטויבל. איך הער.
אפשר קענען מיר for the sake of this discussion, אננעמען אז עס יא דא א סדר ערכים. און דו וועסט אהן א ספיקות ענדערש ראטעווען א מענטש ווי א בהמה.
איז מיין טענה צוריק במקומו. אויב ווילסטו אז דער יחיד זאל ארויסקוקן פון זיין סעלפיש אנוכיותדיגער בליק, און זיך רעכענן מיט דעם ציבור, און ווי אויך מיט דעם בהמה, דארף מען מצד די בהמה מאכן דעם זעלבן חשבון. מען דארף קוקען אויף אלעם מיט אן אביעקטיווער בליק.
דאן פון א ריין אביעקטיווער בליק, דארף א יחיד זיך אוועקגעבן פאר א ציבור, און א בהמה דארף זיך אוועקגעבן פאר א מענטש.
אויב ווייטער זאגסטו אז די יושר איז אז די בהמה דארף נישט קוקן אביעקטיוו, ער מעג זיך רעכענען נאר מיט זיין סעלפיש אנוכיות, טא פארוואס זאל איך יא קוקן אביעקטיוו? איך וועל אויך מאכן אלע מיינע חשבונות לויט מיין סעלפיש אנוכיות, און ויאכלו אנוכיים וישבעו.
דיין גאנצער טענה איז שייך אויף א מענטש וואס האט נישט געגעסן דריי טעג און ער וויל אונטערהאלטן זיין חיות מיט א חפץ וואס לדעתו האט א קלענערע ערך ווי אים, א בהמה אדער זיין אוטיסטיש קינד למשל. אבער דער ערך אין דער בריאה לגבי א לעבעדיגע מאמע אקס וואס מוקעט און אינזשיוט לייף, צו דיין "הנאה" האבן פון שטיקל געבראטען סטעיק אין טעלער "אנשטאט א טופי סענדוועדזש" איז בשום אופן נישט קיין פארגלייך. פון יעדע אביעקטיווי בליק וואס די וועסט נישט קוקען איז נישט קיין גרעסערע ערך אז דיינע צעלן זאלן זיך מחדש זיין דוקא מיט א לעבעדיגע בהמה וואס וואלט נאך געקענט הנאה האבן פון לעבן נאך א צוואנציג יאר. זאל דער מענטש זיך פאראייניגען מיט ירקות אנשטאט לעבעדיגע בריאים ווי לאנג ער האט נישט קיין ברירה.
קצרתי אבל אני מקווה שלא תפספס הנקודה.
Re: די ליבע פון עסן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:20 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
שמעקי, בנימין,
איך האב גערעדט בענין סולם הערכים, ווייל יאיר האט געפרעגט פארוואס איז נישט גוט אז א בער זאל אויפעסן א מענטש.
אוודאי איז אבער די עיקר נקודה פון מיין חבר, די ענין פון אהבה.
שטעל דיך פאר אז דו ביסט מציע פאר א בהמה צו ווערן אסאך מער ערכי, אסאך מער וועליועבל, ער קען ווערן א מענטש. האסטו אפי' א צד אז ער וועט זיך נישט צוכאפן דערצו?
פון אן אביעקטיווער שטאנדפונקט איז דאס נישט בעסער?
אלע בהמות שרייען און וויינען צו מיין חבר, עלי יניח צדיק את שיניו, איך וויל זיין "אים".
עפעס שפיר איך אז מען איז אביסל מפספס דעם נקודה דא.
" די בהמה ווערט א מענטש, רבותי. יא עס איז אזוי ווי א caterpillar ווערט א butterfly."
עפעס כאפט זיך אריין א רעיון פון אנוכיות, וואס מיר טיילן צו אזוי גוטהארציג צו די בהמות. דעריבער ליארעמט מען קעגען די בהמה עסערס. אמת טאקע אז די אלע חלקים פון די בהמה ווערן מער סאפיסטיקירט, ווייל זיי ווערן טראספארמירט צו מענטשליכע חלקים, אבער געוואלד, וויינען די וועדגעטעריענס, די אנוכיות פון די בהמה ווערט אבער פארלוירן.
שרייען אבער די מענטשען צוריק, על הראשונים אנו מצטערים. מיר מענטשען שרייען אגאנצען טאג אז מיר ווילן ארויסקריכן פון די פארקרומטע סעלפישנעס, פון אנוכיות. מיר ווילן אז איך, דו, און יעדער, זאלן זיך מקריב זיין פאר דעם שאיפה פון פארלירן אונזער אנוכיות. קומט איר וועדגעטעריענס אבער צו גיין און שטעלט אוועק אז די בהמה שפירט גאר אן אנוכיות? און אז מיר דארפן אויפארבעטן אין אונזער מוח, א דמיון פון אנוכיות אויך פאר דעם בהמה?
הערט אויף צו פראדשזעקטען אייערע פעלערס און פארקרומטע דמיונות אויף די אומשולדיגע שעפעלעך. אנוכיות האט נישט קיין אביעקטיווער אמת, עס איז א מענטש געמאכטע דמיון. אהן דעם דמיון, זעהן מיר די בריאה אלס איין הערליך גרויסע מאשין. יענקל, בערל, און געצל, אקס, שאף, און רינדער, זענען אלע פונקט אזא חלק פון דעם מאשין. נישט קיין נפקא מינה אז געצל איז גראדע "איך".
די בעסערונג פון יעדע פרט פון דעם מאשין מצד דעם פרט, איז ווען עס ווערט טראנספארמירט צו א מער סאפיסטיקירטע פרט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:35 pm
דורך נולד מאוחר
די גדלות פונעם אדם איז נישט זיין גוף, די מענטש'ס גוף איז גלייך מיטן בהמות.
ס'איז נישט קיין עליה פאר א בהמה צי ווערן די מענשט'ס האנט למשל.
נישט אזוי?
Re: די ליבע פון עסן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:38 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
שתי תשובות בדבר.
א' פארוואס טראכסטו אז א קאמפיוטער האט נישט מער ערך, וועליו, ווי א שטיקל חרס הנשבר? אז א שטיקל אייזן איז טראנספרמירט צו קענען טוהן אסאך מער פונקציעס, איז עס מער וועליובעל, עס האט מער ערך. א האנט פון א מענטש קען טייפן אט די ווערטער, און אויך פראדעצירט עס טאקע אט די טעכנאלאגישע טייפרייטער זעלבסט.
ועוד והוא העיקר, דו באמערקסט אז דו שפאצירסט אריין אין 'נשמה' טעריטאריע.
פאנגט זיך דאן אהן די שאלה, צו די נשמת הבהמה עליה השלום, שטארבט טאקע, ווען מען שעכט איר?
אה, און אויך פרעגט זיך די שאלה, וואס איז דאס נשמה בכלל? בהמישע און מענטשליכע.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:06 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פארגעס פון אנכיות און פארמעק נשמה אבער א concsious פון א בעל חי ווערט פארטויט פון די בריאה און עס ווערט נישט נתחדש עפעס נוצלך אנשטאט דעם מיר בלייבן איבער מיטן איין ישיות (מענטש) אנשטאט צוויי ישות, א מענטש מיט א בהמה.
משל למה הדבר דומה עס איז ווי איינער זאל צושמאלצען די אייזן פון זיין זייגער און עס נוצן צו מאכן אן איי פאון מיטן אויסרייד אז ער איז סך הכל מעלה די ניצוצות אין ער פאר-העכערט די ערך פונעם זייגער מיט דעם וואס ער מאכט פון אים אן אייפאון, וואס איז אודאי נישט ריכטיג ווייל פאר די בריאה איז אוודאי בעסער אז זאלסט נוצן אנשטאט דעם רויע אייזן און עס זאל עקזעסטירן ביידע ישות א זייגער מיט אן אייפאון.
Re: די ליבע פון עסן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 9:23 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
הייסט עס, דו פארשטייסט אויך אז די זייגער כשלעצמו פריידט זיך אז זי איז געווארן חשובער, און באקומען מער ערך. דיין דאגה איז נאר אז עס איז נישט ריכטיג מצד די בריאה.
ביסטו אויב אזוי גארנישט ברוגז אויף מיין חבר וואס שפירט ליבשאפט צו אט דעם זייגער/בהמה, ביים איר צוגעבן אזויפיל מער ערך, צוברעכענדיג/שעכטענדיג די זייגער/בהמה, און מאכט פון איר א אייפאן/מענטש.
Re: די ליבע פון עסן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:00 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
מצד דיין זארג פאר די בריאה, ווייטער, מיין איך אז אינעם גרויסען און לאנגען בילד איז מען גארנישט מגרע אין די ערך, די net value, פון די בריאה כולה.
די ecology system, פונקציאנירט זייער פיין. עס איז בדרך כלל דא א גוטער באלאנס וויפיל פון יעדע מין בהמה חיה ועוף, די וועלט דערהייבט. לויט וויפיל עס דערהייבט, אזויפיל איז דא.
די פשוטער פאקט איז אויך, אז דער מענטש שטעלט צו פאר די בריאה א סומע פון אסאך מער זייגערס/בהמות, ווי ווען עס וואלט געווען אהן די מענטש'ס מנהג פון צוברעכן/שעכטן די זייגערס/בהמות.
קומט אויס אז סיי די זייגער כשלעצמו פריידט זיך, און סיי די בריאה איז גארנישט ברוגז.
נישט נאר איז די בריאה נישט ברוגז אויף די מהלך פון עסן בהמות, זי פריידט זיך גאר. ווייל מיט אזא סיסטעם איז קיין depletion, (גרעון) פון בהמות נישטא, מכח טעמים הנ"ל, וואס איז אבער יא געשעהן איז אז עס איז דא א גרופע באשעפענישן וואס באקומען מער ערך, דורך דעם סיסטעם. די מין האדם.
די מין האדם האט ערווארבען א נייע הנאה, עסען בהמה פלייש. וואס האט אין זיך כמה וכמה הנאות. לדוגמא, די טעיסט, און אויך די מעגליכקייט פאר די מענטש צו שפירן ליבע און קאננעקשן צום בהמה בשעת ער איז איר מעלה און גיבט איר מער ערך, ביים מאכן איר פאר א מענטש.
קיין שום גרעון פאר די מין הבהמה, צוזאמען מיט א תוספת מעלה פאר די מין האדם, איז א net gain פאר די בריאה.
זענען מיר אויב אזוי מסודר מצד די בריאה אויך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:59 pm
דורך געפילטע פיש
אבער מיט דעם וואס איך עס א שטיקל פוס פון בהמה האט דער בהמה גארנישט דערפון, אויב למשל קען איך אויפעסן די באוויסזיניגקייט פונעם בהמה אז ער זאל קענען ווערן א חלק פון מיר, דעמאלס האסטו א טענה, אז ער ווערט פון א פשוטע בהמה פארוואנדעלט אין א אינטעליגענט ביאינג, אבער מיט דעם וואס איז עס א שטיקל פון זיין פוס, ווערט "ער" נישט פארוואנדעלט אין מיר. אזויווי ווען איינשטיין בייסט אפ מיין פינגער פארדין אין גארנישט דערפון, אבער אויב וואלט מעגליך געווען ער זאל עסן מיין מח און איך זאל ווערן א חלק פון זיין קאנשענס, אינטעליגענס, דעמאלסט וואלט איך עס כאטש שוקל געווען.
Re: די ליבע פון עסן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:51 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
הייסט עס אז די בהמה איז נישט א פשוטער מאשין צוזאמגעשטעלט פון אירע פיזישע חלקים?
דעריבער ביסטו נישט צופרידען ווען אלע פיזישע חלקים אירע ווערן טראנספארמירט אין מער סאפיסטיקירטע סיסטעמס.
ביי א זייגער אדער קאמפיוטער וואס מען נעמט אסאך פון אירע באשטאנדטיילן און מען מאכט עס מער סאפיסטקירט, ביזטו מסכים אז דיין טענה איז נישט רעלעוואנט, איא?
איז דען די קאנשעסנעס פון א בהמה מער ווי די 'קאנשעסנעס' פון א קאמפיוטער?
אדער האלטסטו אז א בהמה האט א נשמה?
ד.ה. דו שפירסט אז אחוץ פון אירע פיזישע באשטאנדטיילן, וואס אויף דעם ביסטו מסכים אז זיי באקומען מער שוויות ווען זיי ווערן א חלק פון א מער סאפיסטיקירטע סיסטעם, האט דער בהמה נאך עפעס צו זיך. אט פאר דעם 'נאך עפעס' ביסטו באזארגט.
פיזישע חלקים איז אלעס גוט, אבער די 'נאך עפעס' וואס איז נישט פיזיש, איז פארלוירן.
א נישט פיזישע רוחניותדיגע מין איידענטיטי פון דעם בהמה. דאס רופט זיך 'נשמה', ניין?
מיר וועלן דעמאלט מיזן אריינקריכן אין דיין הבנה פון נשמת הבהמה.
ווערט אט די נשמה בטל ומבוטל ווען די גוף פון די בהמה שטארבט?
ווען קומט אריין אט די 'נשמה' צו די פשוטע פיזישע און כעמישע צוזאמגעשטעלטע מאשין, וואס רופט זיך בהמה? ביי inception, נאך די ארבעים יום של יצירת הוולד, אדער גאר ביים רגע של לידה?
וואס מיינט דאס בכלל נשמה?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:49 pm
דורך געפילטע פיש
נשמה און קאנשענסנעס זענען נאר צוויי נעמען וואס ביידע מיינען עפעס וואס מיר קענען נישט מסביר זיין אדער דערטאפן מיט די פינגער. דאס איז אמאל זיכער אז די אפגעריסענע קוען האבן נישט אזא סאפיסטיקירטע סעלף אווערנעס ווי מיר יומענס, אבער דאך מער ווי א זייגער, ניין?