ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דו מישט דא א גרויסער טשאלנט. סטיווען ווייז האט געשטערט יעדע סארט הצלה וויבאלד ער האט געוואלט ווייזן זיין פאטריאטישקייט צו אמעריקע. הילל קוק, יואל בראנד, (וי"א קאסטנער) וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר הצלה פון אידן, זענען פערצופאל געווען פארברענטע ציונים. אפשר ווען ווייז וואלט געהאט אין זיך אביסל אמת'ע ציוניסטישע חוצפה און זיך נישט דערשראקן אזוי פון מערב וועלט פירער וואלטן מער אידן געראטעוועט געווארן.
די טשאלנט מאכט איר, הילל קוק, (א שוועסטערקינד פון הראי''ה קוק) כאטש א ציוניסט איז ער אבער בשעת די השמדות אין אייראפע געווארן אויס מענטש און קראנק געווארן פון די מצב, און געזוכט בכל כוחו -קעגן זיינע ציוניסטישע-פאליטישע אינטערעסן- צו ראטעווען אידן, יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,
וואס איז געווען פאטריאטיש פאר אמעריקע "אפענע אימיגראציע קיין פאלעסטינע"? א זאך אין וואס אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום ווארט, און וואס האט ענטגילטיג טארפעדאירט דעם ביל/רעזאלוציע?
מיין פוינט איז אז סיי הילל קוק (א ציוני) און סיי יואל בראנד (א ציוני) האבן געארבעט אויף קעסל און כלים צו ראטעווען אידן, איינער אין אמעריקע דער אנדערער אין אייראפע, און אזוי אויך האט גיזי פליישמאן (א ציוניסטקע) געארבעט צוזאמען מיט ר' מיכאל בער ווייסמאנדל (א קנאי) אויף די אייראפע פלאן. די מעשה מיט קאסטנער איז געווען שפעטער, נאכדעם וואס די ארבעט פון יואל בראנד איז דורכגעפאלן, א דאנק דעם וואס ענגלאנד האט עס געשטערט. און די קאנטראווערסיאלע קאסטנער'ס טראנספארט איז ערשט דעמאלט צושטאנד געקומען . איך גיי נישט יעצט דורכגיין אלע היסטארישע פאקטן, אבער ווער עס וויל קען דאס ליינען אין וויקי ביי די ערכים פון בראנד און קאסטנער.
לויט ווי דער ארטיקל שרייבט האט ווייז סתם געזוכט אז די רעזאלוציע זאל נישט דורכגיין און דעריבער האט ער אויפגעברענגט די אימיגראציע קיין ישראל. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער טאמער דו ביסט זיך סומך אויף דעם ארטיקל דארפסטו זיך אינגאנצן סומך זיין דערויף.
איך וואלט געזאגט אז ווייז האט פשוט געזוכט צו מיטגיין מיט רוזוועלט און אנדערע סטעיט באאמטע וואס האבן נישט געוואלט אז אימיגראנטן זאלן קומען קיין אמעריקע, האט ער געזוכט אריינצושטעלן מען זאל זיי שיקן קיין ארץ ישראל, אבער דאס איז סתם א שפעקולאציע.
בכל אופן, כאטש עס איז ריכטיג אז וייז און אנדערע ציונים האבן געארבעט אז מען זאל אפשיקן די אידן קיין פאלעסטינע, האט די רעזאלוציע שוין געהאלטן ביים דורכגיין די סענאט, און רוזוועלט איז שנעל געקומען צולויפן זאגן אז ער גייט גרינדן דעם war refugee board. זע דא
Another series of events was also a crucial factor in persuading Roosevelt to take the step that he did. In the late fall of 1943, a group of senators led by Guy Gillette responding to a proposal from Jewish activists (Peter Bergson and other members of the Emergency Committee to Save the Jewish People of Europe). The senators introduced a resolution that called for a government rescue agency. At the same time, Will Rogers, Jr. introduced an identical resolution into the House. Although the proposal got caught up in protracted and controversial House hearings, a vote in the Senate, scheduled to take place on January 24, 1944, seemed almost guaranteed to approve the measure. By mid-January a poll indicated the resolution would also pass in the House. Two days before the Senate ballot was to take place, Roosevelt set up the War Refugee Board. The President had seized the initiative.
דאס איז, ווי געזאגט, צושטאנד געקומען בעיקר א דאנק דעם ציוניסטישן בערגמאן/קוק און זיינע חברים אקטיוויסטן.
מיין פוינט איז נישט אז א דאנק ציונות זענען אידן געראטעוועט געווארן. מיין פוינט איז אז עס איז אבסורד צו מאכן סיי וועלכע קאנעקשאן צווישן די רעיון הציוני און דאס ראטעווען אידן ביי די האלאקאוסט. עס זענען געווען אזויפיל פארפלאנטערטע,פיל וויכטיגערע פרטים אין די טרויעריגע געשיכטע, אז די רעיון הציוני פארדינט זיך אפשר א פוט נאוט אין דעם שמועס. (דאס איז אויסער דעם וואס אפילו אויב עס איז אמת, איז דאס בערך אזוי ווי מאכן אן אשכול "די גרויסע אומגליק וואס חסידות האט גורם געווען אויף כלל ישראל" און שרייבן איבער די שרעקליכע מחלוקת'ן אין סאטמאר און אין קלויזנבורג).