בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:45 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דו מישט דא א גרויסער טשאלנט. סטיווען ווייז האט געשטערט יעדע סארט הצלה וויבאלד ער האט געוואלט ווייזן זיין פאטריאטישקייט צו אמעריקע. הילל קוק, יואל בראנד, (וי"א קאסטנער) וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר הצלה פון אידן, זענען פערצופאל געווען פארברענטע ציונים. אפשר ווען ווייז וואלט געהאט אין זיך אביסל אמת'ע ציוניסטישע חוצפה און זיך נישט דערשראקן אזוי פון מערב וועלט פירער וואלטן מער אידן געראטעוועט געווארן.


די טשאלנט מאכט איר, הילל קוק, (א שוועסטערקינד פון הראי''ה קוק) כאטש א ציוניסט איז ער אבער בשעת די השמדות אין אייראפע געווארן אויס מענטש און קראנק געווארן פון די מצב, און געזוכט בכל כוחו -קעגן זיינע ציוניסטישע-פאליטישע אינטערעסן- צו ראטעווען אידן, יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

וואס איז געווען פאטריאטיש פאר אמעריקע "אפענע אימיגראציע קיין פאלעסטינע"? א זאך אין וואס אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום ווארט, און וואס האט ענטגילטיג טארפעדאירט דעם ביל/רעזאלוציע?

מיין פוינט איז אז סיי הילל קוק (א ציוני) און סיי יואל בראנד (א ציוני) האבן געארבעט אויף קעסל און כלים צו ראטעווען אידן, איינער אין אמעריקע דער אנדערער אין אייראפע, און אזוי אויך האט גיזי פליישמאן (א ציוניסטקע) געארבעט צוזאמען מיט ר' מיכאל בער ווייסמאנדל (א קנאי) אויף די אייראפע פלאן. די מעשה מיט קאסטנער איז געווען שפעטער, נאכדעם וואס די ארבעט פון יואל בראנד איז דורכגעפאלן, א דאנק דעם וואס ענגלאנד האט עס געשטערט. און די קאנטראווערסיאלע קאסטנער'ס טראנספארט איז ערשט דעמאלט צושטאנד געקומען . איך גיי נישט יעצט דורכגיין אלע היסטארישע פאקטן, אבער ווער עס וויל קען דאס ליינען אין וויקי ביי די ערכים פון בראנד און קאסטנער.
לויט ווי דער ארטיקל שרייבט האט ווייז סתם געזוכט אז די רעזאלוציע זאל נישט דורכגיין און דעריבער האט ער אויפגעברענגט די אימיגראציע קיין ישראל. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער טאמער דו ביסט זיך סומך אויף דעם ארטיקל דארפסטו זיך אינגאנצן סומך זיין דערויף.
איך וואלט געזאגט אז ווייז האט פשוט געזוכט צו מיטגיין מיט רוזוועלט און אנדערע סטעיט באאמטע וואס האבן נישט געוואלט אז אימיגראנטן זאלן קומען קיין אמעריקע, האט ער געזוכט אריינצושטעלן מען זאל זיי שיקן קיין ארץ ישראל, אבער דאס איז סתם א שפעקולאציע.
בכל אופן, כאטש עס איז ריכטיג אז וייז און אנדערע ציונים האבן געארבעט אז מען זאל אפשיקן די אידן קיין פאלעסטינע, האט די רעזאלוציע שוין געהאלטן ביים דורכגיין די סענאט, און רוזוועלט איז שנעל געקומען צולויפן זאגן אז ער גייט גרינדן דעם war refugee board. זע דא
Another series of events was also a crucial factor in persuading Roosevelt to take the step that he did. In the late fall of 1943, a group of senators led by Guy Gillette responding to a proposal from Jewish activists (Peter Bergson and other members of the Emergency Committee to Save the Jewish People of Europe). The senators introduced a resolution that called for a government rescue agency. At the same time, Will Rogers, Jr. introduced an identical resolution into the House. Although the proposal got caught up in protracted and controversial House hearings, a vote in the Senate, scheduled to take place on January 24, 1944, seemed almost guaranteed to approve the measure. By mid-January a poll indicated the resolution would also pass in the House. Two days before the Senate ballot was to take place, Roosevelt set up the War Refugee Board. The President had seized the initiative.

דאס איז, ווי געזאגט, צושטאנד געקומען בעיקר א דאנק דעם ציוניסטישן בערגמאן/קוק און זיינע חברים אקטיוויסטן.
מיין פוינט איז נישט אז א דאנק ציונות זענען אידן געראטעוועט געווארן. מיין פוינט איז אז עס איז אבסורד צו מאכן סיי וועלכע קאנעקשאן צווישן די רעיון הציוני און דאס ראטעווען אידן ביי די האלאקאוסט. עס זענען געווען אזויפיל פארפלאנטערטע,פיל וויכטיגערע פרטים אין די טרויעריגע געשיכטע, אז די רעיון הציוני פארדינט זיך אפשר א פוט נאוט אין דעם שמועס. (דאס איז אויסער דעם וואס אפילו אויב עס איז אמת, איז דאס בערך אזוי ווי מאכן אן אשכול "די גרויסע אומגליק וואס חסידות האט גורם געווען אויף כלל ישראל" און שרייבן איבער די שרעקליכע מחלוקת'ן אין סאטמאר און אין קלויזנבורג).

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:01 pm
דורך שמערל
ישראל קאפקע האט געשריבן: יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

אפשר ביסטו דאס מער מבאר, וואס פונקטליך זענען געווען די ציוניסטישע אינטרעסן אז א האלב מיליאן אידן זאלן געהארג'ט ווערן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:07 pm
דורך ישראל קאפקע
אין קורצן, אויף יעצט,
1)ווער איז געווען יואל בראנד, גיזי פליישמאן, (אינעם ציוניסטישן מאשין) א גארנישט און א גארנישט, ווער איז געווען סטיווען ווייז, יוסף טענענבוים, וכו' די פירער, די מיטגרינדער, די דעלעגאטן,
2)וואס האבן געזאגט די ציוניסטישע פירער אין פאלעסטינע, (בן גוריון, ווייצמאן, גרינבוים, וכו')
3)ציוניסטישע אינטערעס איז געווען "נאר צו פאלעסטינע", אלאסקע, דרום אמעריקע, פראנצויזישע צפון אפריקע, וכו' וכו' (איך קען נישט אנקומען צו אלעס אויף איין מאל) איז געווען קעגן די ציוניסטישע אינטערעסן,
(קוק'ס גרופע וועט מען לאזן אויף שפעטער)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:11 pm
דורך ישראל קאפקע
שמערל האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן: יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

אפשר ביסטו דאס מער מבאר, וואס פונקטליך זענען געווען די ציוניסטישע אינטרעסן אז א האלב מיליאן אידן זאלן געהארג'ט ווערן?

אין קורצן, אויף יעצט, פארן ציוניסטישן אינטערעסע, ארויסצוזען די ציוניסטישע עליטע פון אונגארן, די איבעריגע זענען אין בעסטן פאל נאר געווען אומוויכטיגע קרבנות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:17 pm
דורך מאטי
און נישט צו פארגעסן אז מיט "זאב זשאבאטינסקי" (אין לך ציוני גדול מזה) איז ווייז אויך געווען אויף מעסער שטעך צוליב זיין וועלן העלפן די אייראפעישע אידן. און ווייז האט אים אנגערופן א פאררעטער.

אויף הילל קוק האט ווייז געזאגט אז ער איז ערגער ווי היטלר
Wise referred to Zionist leader Ze’ev Jabotinsky as “a ‘traitor” for preaching evacuation for over a million Eastern European Jews, and said that Bergson Group leader Peter Bergson was “worse than Hitler”. (Bergson worked tirelessly to raise awareness over the fate of Jews in Europe, while Wise claimed it would increase Anti-Semitism in America).
עיין כאן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:21 pm
דורך diff
Why are you only criticising the Jews that were in the free world. I wonder how your people behaved then. And for that reason alone we need our own state. So that we shall not be forced to go against one another. And other countries are now good to Jews because they dont want to be emptied out. They know we have where to go

א גרויסן יישר כח,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:07 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אויב ס'איז דיר נישט קיין טירחא, מיר איז זייער שווער צו ליינען די ארענזשע בלעטער, איז דא א וועג ס'זאל ארויסקומען קלארער?

ר' ישראל האט מיר עס אריינגעשיקט, און איך האב עס איבערגעשטעלט אצינד קלארער.

א דאנק פאר דיין גוטהארציגקייט,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:16 pm
דורך שמערל
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן: יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

אפשר ביסטו דאס מער מבאר, וואס פונקטליך זענען געווען די ציוניסטישע אינטרעסן אז א האלב מיליאן אידן זאלן געהארג'ט ווערן?

אין קורצן, אויף יעצט, פארן ציוניסטישן אינטערעסע, ארויסצוזען די ציוניסטישע עליטע פון אונגארן, די איבעריגע זענען אין בעסטן פאל נאר געווען אומוויכטיגע קרבנות.

די האסט נישט געענטפערט וואס מען האט דיר געפרעגט.
איך וועל איבער פרעגן נאכאמאל, וואס הייסט געראטעוועט אויפן "חשבון" פון א האלב מיליאן אידן, נניח אז זיי זענען נישט געווען אינטרעסירט צו ראטעווען די גאנצע אונגארישע אידענטום, אזאך וואס הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס, איז וואס הייסט דאס געראטעוועט אויפן "חשבון" פון די איבריגע אידן, וואס האבן די אנדערע אידן דערלייגט אז דער סאטמארער רב און ר' אליעזר חיים בלום זענען אנגעקומען קיין שווייץ כא כסלו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דו מישט דא א גרויסער טשאלנט. סטיווען ווייז האט געשטערט יעדע סארט הצלה וויבאלד ער האט געוואלט ווייזן זיין פאטריאטישקייט צו אמעריקע. הילל קוק, יואל בראנד, (וי"א קאסטנער) וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן פאר הצלה פון אידן, זענען פערצופאל געווען פארברענטע ציונים. אפשר ווען ווייז וואלט געהאט אין זיך אביסל אמת'ע ציוניסטישע חוצפה און זיך נישט דערשראקן אזוי פון מערב וועלט פירער וואלטן מער אידן געראטעוועט געווארן.


די טשאלנט מאכט איר, הילל קוק, (א שוועסטערקינד פון הראי''ה קוק) כאטש א ציוניסט איז ער אבער בשעת די השמדות אין אייראפע געווארן אויס מענטש און קראנק געווארן פון די מצב, און געזוכט בכל כוחו -קעגן זיינע ציוניסטישע-פאליטישע אינטערעסן- צו ראטעווען אידן, יואל בראנד און קאסטנער האבן געזוכט צו ראטעווען -אויפן חשבון פון א האלב מיליאן אונגארישע אידן- די אונגארישע-ציוניסטישע אינטערעסן,

וואס איז געווען פאטריאטיש פאר אמעריקע "אפענע אימיגראציע קיין פאלעסטינע"? א זאך אין וואס אמעריקע האט נישט געהאט קיין שום ווארט, און וואס האט ענטגילטיג טארפעדאירט דעם ביל/רעזאלוציע?

אן ארטיקל געשריבן בשעתן קריג, דורך א הצלה עסקן פון אגודת ישראל, קיין סאטמאר ספין, קיין ציוניסטישע ספין, גיי דריי אים א קאפ איבער 'פארוואס' סטיפען ווייז האט געשטערט דעם רעזאלוציע, האט ער נישט געוואוסט וואס דו ווייסט? האט ער נישט מיטגעהאלטן די טעגליכע פאליטיק אין די אמעריקאנער אידישע קרייזן אז דו גייסט אים אויפקלערן?

נאר וואס ס'איז אינטרעסאנט איז ווי ווייט די דעמאגאגיע פון ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט געגרייכט.
דער מענטש יואל בראנד, וואס איז געוועין א ציוניסטישער פירער און בכלל נישט געוועין רעליגיעז. ער איז געוועין אזוי ווייט אויסגעטאן פון יודישקייט אז ער איז געגאנגען אן א קאפל. געגעסן נבילות וטריפות, און געלעיבט (אויב דאס הייסט געלעיבט) מיט א גוי'טע. אזוי ווייט, אז ביי דעם משפט פון דעם נאצי אייכמאן, ימ"ש, אין געריכט אין ארץ ישראל, זענען אויפגעטראטן א סאך עדות. א טייל האבן גערעדט עברית. אנדערע האבן גערעדט יודיש. אבער יואל בראנד האט זיך געפילט באקוועים צו רעדן די פארשאלטענע דייטשע שפראך. און אויף עים האט ר' סענדער, דער וואס האט געניצט די ערגסטע לשונות מיט די מערסט-העסליכע אויסדרוקן אויף א יעדן יוד ווי "עפרא לפומיה" אויף גדולי ישראל, און שר"י און ימ"ש אויף סתם אידן. דער זעלבער ר' סענדער האט, אין זיינע באשרייבונגעםן קיינמאל נישט דערמאנט אפילו מיט קיין איין ווארט אז יואל בראנד איז געוועין א ריכטיגער גוי. מ'וואלט געקענט מיינען אז ער איז א וואוילער יוד וואס זיין גרעסטע עבירה איז, אז ער לייגט תפילין אום חול המועד, און ער איז א ביסל געכאפט אין ציונות..
ר' ישאל קאפקע, איר זענט נאך דאן (בימי משפט אייכמן) געוועין אין די מדינות פון אונטער'ן אייזערנעם פארהאנג...!