בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:יאפ רויטע, אויב מ'זוכט א ניק וואס האט געדינט געטריי קען מען עס צוטיילן פאר ר' כוכב.
ער איז דא אפגעזיצן מיט א נאמנות, פלאטיזירט און געקוואקעט, הייתי ביום אכלני חרב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני, נישט קיין חילוק צי ס'איז א זומערדיגן פרייטאג אדער מוצאי שבת, אפילו שבת נחמו, טויט אדער רויט, ערליך געדינט דעם שטיבל, געשריבן און געשריבן, וואו ס'האט זיך נאר געלאזט און וואס ס'האט זיך נאך געלאזט, פון צימעס ביז העמק דבר, פון רעכטס ביז לינקס, פון מלפני ביז מאחורי, דער ערשטער דא יעדן פארטאגס, ביז שפעט אויפדערנאכט.
וואונטשן מיר פאר דעם ר' כוכב, אז זיין שטערן זאל ווייטער שיינען ולא נס ליחו, זיין פייכטס זאל נישט פארטרוקנט ווערן און ער זאל זוכה זיין אויסצופירן אלע זיינע גוטע רצונות, די דרעפטס און אשכולות אין דער מאכונג, מכח אל הפועל, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די אמת'ע שמחה בשמחת עולם על ראשינו בב'א.

צוויי זאכן: האסט פארגעסן פון דעים פסוק: "יהללוך זר, ולא פיך". ביסט אן עניו... :roll: :lol: :roll:
צוויי: דו האסט פארגעסן פון דעים פסוק: "ומלכינו בראשינו"... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:26 pm
דורך איך אויך
דער עיקר ח''ו נישט פארגעסן פון סמייליינו.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:40 pm
דורך בן תמליון
איך וואלט געוועלט אויך פאר [tag]הערשי[/tag] פאר א רייע גאונישע מאמרים כולל צוויי אין די לעצטע טעג, אויף א נוסח וואס איז אין בדומה לו, באפעפערט מיט מליצות, לומדות און הומאר. אויב איינער קען זיי טעגן דא וואלט געווען אפרישיעטעד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:56 pm
דורך ונבנתה העיר
מיר אלע זענען די ארטיקל פונעם יאהר...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:04 pm
דורך סקאטש טעיפ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:דער עיקר ח''ו נישט פארגעסן פון סמייליינו.

א אלטע כלל אין ק״ש אז א סמיילי פונעם בעל עגלה איז מער ווערד וי טויזענט ווערטער אין א תגובה זיינע אן קיין סמיילי דערויף איז א טעות סופר(נישט פארמישען מיט י.מ. סופר/מנשה פליפ :P ) :D ;) :) 8-) :shock:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:21 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:59 am
דורך לית דין בר נש
ברסלבער האט געשריבן:איך זעה ביי מיר אן אינטערעסאנטע זאך, אן ארטיקל וואס איך שרייב פליסיג פון קאפ און הארץ ארויס וועט דער עולם מער הנאה האבן דערפון, ווי פון אן ארטיקל וואס ליגט אין דעם מער פארש ארבעט עס צוזאמצושטעלן.
איך רעד נישט פון אזא סארט פארש ארבעט ווי פון ראובן, דאס איז א באזונדערע זאך, דאס איז נישט דער ארטיקל נאר דאס צוזאמנעמען די בילדער, איך רעד טאקע פון אן ארטיקל לשם ארטיקל' וועט דער עולם מער הנאה האבן פון אן ארגינעלע לייכטע ארטיקל.
למשל דער ארטיקל פון אני לעזאזל האב איך שנעל אפגעשריבן פון הארץ ארויס, און עס האט באקומען היבש מער מאמענטום פון אנדערע ארטיקלן אין וועלכע איך האב אריינגעלייגט מער קאפ, מח און ארבעט.

[tag]ברסלבער[/tag] איך האב זייער הנאה געהאט פון אני לעזאזל אבער דיינע תוכנדיגע ווארעמע אשכולות פאקט עס איין צעהן מאהל, עס גיבט gasoline אנצוגיין פאר אפאר וואכן!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:02 pm
דורך יתרו
בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות

viewtopic.php?f=24&t=5376&p=166792#p166792

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:20 pm
דורך יואב
יתרו האט געשריבן:בית יוסף'ס קשיא, חרדיזם פראבלעם אדער די שם של ארבע אותיות

viewtopic.php?f=24&t=5376&p=166792#p166792

ממש יעצט געוואלט שרייבן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:30 pm
דורך שעפטל
כ'צי שוין באלד צוריק און איך גיי שטימען פאר מזל טוב! חסידיש יונגעל איינגעשריבן אין וומסב''ג פאבליק סקול......