ענינא דיומא.
אגב, ברסלבער האט ארויפגעשטעלט דעם פאשקעוויל וואס רופט צו הרגענען אברהם סלונים ווייל ער האט א דין רודף, מיר האט עס שאקירט עד עומק נשמתי ווי ווייט אידישקייט איז נישט אימיונירט פון די נאכפאלגן פון ראדיקאלע רעליגיע, אז ס'האלט שוין ממש ביי זשיהאד און רציחה גמורה. השם ירחם.
קווענקלענישן פון סדום
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אפילו ווען דער לאכער וואלט געווען גערעכט אויף זיין הנחה אז ס'איז דא אזא זאך ווי א פריוואטע מוסד, איז ער נישט גערעכט לגבי דעם מאכן משוגע'נע תקנות. דער נושא איז נישט חשן משפט, צו דער קינד איז א גנב פאר'ן אריינגיין אין בנין, וואס מ'קען זאגן אז דער רעכט בלייבט ביים הנהלה צו מאכען תקנות. דער משל וואלט געווען ווען איינער גייט נאך געלט פאר צדקה פאר מענטשן מיט געלע האר וואס האבען ליב צו עסן ארבעס מיט טשאקאלאד און זענען ארעם. אוודאי איז די געלט צדקה געלט, אבער דער מענטש איז א צודרייטער מיט אלע זיין רעכטן. אמת, די תקנה מאכער'ס זענען נישט צודרייט, אבער שלעכט זענען זיי פארט.
מ'האט זיך אוועקגעזעצט טראכטן 'ווי אזוי קען איך אויפשטעלן א ווערטשאפט, א סביבה א קולטור וואס מיר וועלן זיך האלטן בעסער ווי יעדער, ווי מ'וועט קענען פארטיידיגן יעדעם וואס איז נישט פונקט אזא שחצן ווי מיר אלס א מצורע?' מיט אט דער חלום אין קאפ האט מען מייסד געווען אזא בית מדות רעות און עמהארצות. נו, איז דען נייטיג רעכטן? ס'איז בכלל גערעדט צו דער זאך?
ולענין א פריוואטע מוסד. אין תורה שטייט 'כל העוסקים עם הציבור אל יהיו עוסקים אלא לשם שמים'. מ'טאר נישט האנדלען מיט א ציבור און זאגן ס'איז פריוואט. פונקט ווי רבינו גרשןם האט געמאכט א חרם אויף ארויסווארפן א איד פון א פריוואטע ביהמ"ד, אז מ'קען נישט זאגן אויף א פלאץ וואס איז אפן לרבים פאר א צורך הרבים, אז ס'איז פריוואט.
און נאך - דער ציבור אין שטאט איז מחוייב עפ"י דין צו זארגן אז יעדער קינד האט א חדר. קיינער מעג נישט זאגן אז 'איך' אדער 'אונז' זענען א חטיבה אליינס וואס איז נישט משועבד צו דעם אינגל פון א 'שוואכע' שטוב. אז דו האסט די געלעגענהייט מחנך צו זיין א קינד, מוזטו דאס ערפילן און מ'טאר זיך נישט אפשיידן פונעם ציבור.
און אגב אורחא, דער נושא איז געווען א חסיד'ישע איד וואס איז אנדערש ווי א צווייטן ווייל ער איז א זינגער צו וואס. מ'האט נישט גערעדט פון פרויען וואס דרייווען וכדו'. נישט אז אזוי וואלט ריכטיג געווען, נאר דער רשעות פון דיין מיינונג האט דערגרייכט. אויף צו מאכען א איד, א ברודער דיינע, פאר אן אונטערמענטש האסטו געטאנצט פון נושא לנושא, אבי מקיים צו זיין אט די הייליגע מצוה פון שנאת ישראל.
און דאס צושטעלן די רעכט פון א קינד צו האבן א חינוך מיט דער רעכט פון געוויסע עלטערן צו בלייבן אפגעזונדערט פון אנדערע, כאילו דער צווייטע רעכט איז נאך וויכטיגער ווי דער ערשטע, איז עקלהאפטיג ביז גאר.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא