בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:31 pm
דורך outspoken
שמעתי, אז אינמיטען די ל' האבען פרויען אנגהויבען צו דרייווען אין וויליאמסבורג צו קענען גיין אין טיאטערס קיין לאנג איילענד, איז מען ארויסגעקומען מיט אן איסור.(ניין כ'וועל נישט זאגען ווער ס'געווען, כאטש אין אישי האבן מיר 2 חברים געבעטען וד''ל)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:33 am
דורך כוכב
גאלד האט געשריבן:אזוי לאנג מ'לאזט זיי נישט דרייוון זענען זיי וואויל גערעכט,
הגיע הזמן צו מבטל זיין די גזירה!!
לפענ"ד קען מען זיין א וואוילע אשה צניעה און דרייוון א קאר, ס'קיין שום סתירה,
אדרבא ווילאנג מ'צווינגט זיי צו זיין איינגעשפארט אין הויז, איז מען מער עלול צו פארברענגן אויף פייסבוק,
ואפי' את"ל אז ס'יא אפשר א תועלת, זעה איך אבער נישט פארוואס ס'עפעס אזא סטריקט גזירה,
פאר סתם א מעין-סטרים פרוי, וואס איז די תועלת מיטן זיך דרייען אויף די טרעינס, באסעס, און קאר סערוויסעס,
אדרבא, אז מ'זיצט און א אייגן קאר, דרייט מען זיך ווייניגער אויפן גאס, מ'איז איינגעשפארט אין די קאר,
מ'איז ווייניגער געצווינגען צו האבן א פארקער מיט מענער,
און די אויסוואל פון פלעצער ווי צו וואוינען און סאך ברייטער,
אז איינער וויל אויפטון פאר אידישקייט זאל ער אויסרייסן די גזירה, עכ"פ אין אפסטעיט זיכער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:36 am
דורך outspoken
ס'וואלט אפשר געדארפט זיין אן עקסטער אשכול אויף וואס מענער מעגן און פרויען נישט וואס האט נישט קיין הסבר ווי דרייווען רייכערען ועוד(און אזוי פארקערט אויך). אדרבה, ווער קען צולייגען?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:00 am
דורך טעפל
שטאפענע פליז מאך אונז שנעל א בירור אויף די פרייז פון די מאניסע הייזער און מ'וועט רעדען צו מיין ווייב אויך..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:56 am
דורך פישלע העררינג
[justify]... א באזונדערע אשכול העט ווען געברויכט געשריבן ווערן צו לערנען דעם עולם, אנשים ונשים, וויאזוי צו זיצן ביי א טיש און דיסקאסירן מיט אינטעליגענץ אזעלכע גרויסע לעבנס החלטות. ווען א יונגערמאן רעדט זיך אפ צו זיין בכלומר'שן לעבנס-שותף אז דאס לעבן אין דעם און דעם שטאט איז איהם לעול ולמשא מער ווי ער קען דערטראגן, וואלט דאס געברויכט זיין א שווארצע טאג אין די לעבן פון זיין פרוי, עס וואלט איר געברויכט איבערנעמען פון טיפן הארצען אז איר מאן פאלט צאם מחמת קושי השיעבוד, אדער מחמת הלחץ זו הדחק. דערווייל, מיט איין אויער אויף די טעלעפאן צו א חבר'טע, געבט זי אזא מין מאך אוועק "ס'נישטא וואס צו דיסקאסן, אונז מופען נישט!". אנטשולדיגט? מיר זענען גראון אפס, ניין? א ענין ברויך מען איבערשמועסן, נישט אנידערקלאפן. דאס זעלבע איז ווען עס איז די ווייב וואס האלט נישט אויס אין שטאט, אדער אין די ענגע דירה'לע, און דער מאן, מיט'ן סעלפאן אין איין האנט און די אויגן אינעם צייטונג פטר'ט איר אפ מיט א "סאק איט אפ און שווייג פליז, מאכסט מיך נערוועז" ענטפער. דאס זענען לעבנס החלטות, און עס דארף אויפגענומען ווערן דורך ביידע ווי א ערענסטע ענין אדער פראבלעם וואס מען ברויך צעזאמען סאלווען, וואן וועי אר ענאדדער.[/justify]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:41 am
דורך שמעקעדיג
פישעלע!! שפתים קישאק!
אוי ווי ריכטיג דו זאגסט!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:55 pm
דורך שמעקעדיג
שטאפענע, אין דער איד האט איינע געשריבן א בריוו, ווי פאלגענד:
.
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 8:34 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
וואס?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:26 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
כ׳בין שבת אין מאנסי, אוי לעבט מען דא באקוועם
ווי נעמט מען די האמער אריין צו קלאפן שכל אינעם ווייב?
די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:17 am
דורך קאמענטירער
איך שוין געוואלט מוחה זיין אדער אויף נ.. אדער אויף בזיון המת
וואוינען אין א ווייב??.?..?
Re: די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 6:28 am
דורך אביסל צימישט