בלאט 2 פון 2

JUUL

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 1:49 am
דורך לבי ובשרי
און וואס איז בנוגע דעם לעצטיגן JUUL ציגארעטל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 7:53 am
דורך כלבאשבוע
Juul איז זעהר געשמאק אבער פון די אנדערע זייט too good to be true, שטארק אדיקטיוו כמעט פונקט ווי געהעריגע ציגעראטליך

זיי האבן מוראדיג מצליח געווען און ווערן געשאצט אויף 15 ביליאן דאללער
https://news.crunchbase.com/news/juul-m ... ally-good/

https://www.businessinsider.com/juul-e- ... ld-2017-11

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 11:40 am
דורך לבי ובשרי
זיי האבן עפעס אן אנדערע סארט ניקאטין. איז דאס ריכטיג?
פארהאן וואס זאגן אז די ניקאטין פונעם JUUL איז אסאך שטערקער ווי א נארמאלער ציגארעטל.

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:10 pm
דורך טרויבן88
לבי ובשרי האט געשריבן:זיי האבן עפעס אן אנדערע סארט ניקאטין. איז דאס ריכטיג?
פארהאן וואס זאגן אז די ניקאטין פונעם JUUL איז אסאך שטערקער ווי א נארמאלער ציגארעטל.
די ניקאטין וואס זיי ניצן איז אן אנדערע ניקאטין, איך געדענק נישט איצטערט די נעמען, אבער אויבערפלעכליך איז אזוי, די אמאליגע עלעקטרישע ציגארעטלעך פלעגען ברענען אין האַלץ וויבאלד עס איז נישט געווען געמאכט צי ווערן אויפגעקאָכט, ווידעראום די ניקאטין וואס Juul נישט איז יא געמאכט צי ווערן אויפגעקאָכט דערפאר ברענט עס נישט אין האַלץ אין דערפאר קען מען רייכערן וויפיל עס לאזט זיך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:23 pm
דורך כלבאשבוע
ליצמאן האט ארלעדיגט אז אין ארץ ישראל איז JULL נישט געזעצליך

נתניהו חתם על צו לאיסור מכירת הסיגריה האלקטרונית ג'ול

https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 25,00.html

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:15 pm
דורך לבי ובשרי
כלבאשבוע האט געשריבן:ליצמאן האט ארלעדיגט אז אין ארץ ישראל איז JULL נישט געזעצליך

נתניהו חתם על צו לאיסור מכירת הסיגריה האלקטרונית ג'ול

https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 25,00.html

פארוואס דאס גע'אסר'ט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 10:29 am
דורך כלבאשבוע
דאס נישט געזונט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:09 pm
דורך לבי ובשרי
כלבאשבוע האט געשריבן:דאס נישט געזונט

נאכן ליינען דעם לינ"ק.
צוליב די מערערע ניקאטין וואס דאס ציגארטעל אנטהאלט, פילפאכיג מער ווי דורכגעשניטליכע ציגארעטן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 8:47 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:51 pm
דורך yerushalmi
איך בין זייער צופרידען מיט juul די פראבלעם איז נאר אז עס קומט אויס זייער טייער ווייל געווענליך גייט איין פאד אין א טאג אדער צוויי.

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 2:18 am
דורך מיד ווי א בוים
די אמת'דיגע איינציגע זאך וואס איז א גוטע קעגנזאץ פאר ציגארעטלעך איז iqos ס'האט די ניקאטין פון א אמתע ציגארעטל אין האט די פילינג פון א ציגארעטל סקאכט אויכעט אויף עכטע טאבאק און שמעקט נישט די חילוק איז אז אנשטאט אינטערצינדן די טאבאק הייצט עס אן די טאבאק אין עס שמעקט נישט מען קען עס רייכערן אינדאר כ'קען אסאך אידן וואס זענען ארויף דערויף און אפגעלאזט ציגארעטלעך איך פערזענליך בין אויך ארויף דערויף אבער איך רייכער נאך אלץ עכטע אבער ס'האט א אנדערע פראבלעם אז ס'האט די זעלבע מאס פאפס ווי די עכטע אין משלעפט דערפון ווי ביי עלעקטעריק איז מילא דארף מען זייער שנעל טוישן די heets אבער כ'מיין אז מיט דעים אלעם איז עס נאכאלץ ביליגער פון עכטע און פון עלקטערישע

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:48 pm
דורך berlbalaguleh
מיד ווי א בוים: דו מיינסט זיכער צו זאגן..."ערזאץ"... נישט קעגנזאץ. ס'איז א חילוק אין די צוויי מושגים... די ערשטע איז א סאבסטיטוט פון די אריגינאלע. די צווייטע איז די פארקערטע. דבר והיפוכו...!

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:43 am
דורך יודל טריקען
berlbalaguleh האט געשריבן:מיד ווי א בוים: דו מיינסט זיכער צו זאגן..."ערזאץ"... נישט קעגנזאץ. ס'איז א חילוק אין די צוויי מושגים... די ערשטע איז א סאבסטיטוט פון די אריגינאלע. די צווייטע איז די פארקערטע. דבר והיפוכו...!
אז דער בעל עגלה העלפט שוין ארויס דעם דרימלדיגען בוים דערמאן אים שוין צו לייגען נקודות נאך זיינע זאצען, מ׳ברויך זיך אסאך מאל שטארק אנשטרענגען צו פארשטיין וואס ער זאגט.

נ.ב. מיד ווי א בוים איז דער היפוך פון עץ רענן?

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:51 am
דורך מיד ווי א בוים
berlbalaguleh האט געשריבן:מיד ווי א בוים: דו מיינסט זיכער צו זאגן..."ערזאץ"... נישט קעגנזאץ. ס'איז א חילוק אין די צוויי מושגים... די ערשטע איז א סאבסטיטוט פון די אריגינאלע. די צווייטע איז די פארקערטע. דבר והיפוכו...!
האמער זיך שוין אויסגעלערנט נאך אידישע וואקאבולאר.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 5:51 am
דורך [NAMELESS]
[justify]איך האב אויפגעהערט רויכערן געהעריגע ציגארעטלעך אפאר מאנאטן צוריק. איך פלעג פארטיגן א פושקע קעמל ציגארעטלעך א טאג ווי גארנישט פאר נאנט צו צען יאר. אין אנהויב האב איך גענומען די דזשול אלטערנאטיוו, אבער עס איז געווען זייער שוואך. דאן האב איך זיך פארליבט אין דעם מיילי דיספאוזעבל עלעקטראנישע ציגארעטל, און איך בין אדיקטירט צו דעם. איך רויכער די ׳אייסד ליטשי׳ פלעיוואר, איך מיין אז עס איז דאס בעסטע. נישט צו זיס און נישט ביטער. רוב עלעקראנישע ציגארעטלעך ברענגען שרעקליכע קאפ וויי צוליב די זיסקייט דערפון, אבער דזשול און מיילי האבן דאס נישט ביי עטליכע פלעיוואר׳ס.

עס קאסט מיר די זעלבע ווי ציגארעטלעך, אבער איך גלייב אז אויב קויפט מען האלסעיל קען עס אויסקומען ביליגער. דער עיקר איז אז איך האב מער נישט קיין שליים און איך שנארכע נישט ביינאכט, און מיינע קליידער שטינקען נישט פון א קוימען קערער.[/justify]

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 1:13 pm
דורך נעקסט לעוועל
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'הער בשם די OU אז עלעקטראנישע ציגארעטלעך דארפן א הכשר, האבן אונזערע תלמידי חכמים וואס מעיר צו זיין?
לענ"ד דארף עס א הכשר, געוואנדן לכאורה און וועלכע פלעוואר


Sent from my iPhone using Tapatalk