בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:37 pm
דורך ראש הישיבה
מען האט זיך צופלאקערט אויף די שמירת עינים.
אבער מען קען ניצן אנדערע משלים:

ווי דער באדיטשובער האט געגעבן צו עסן פאר יתומים הארט פאר כל נדרי.

אדער העלפן א פרוי שלעפן א פעקל אהיים.
איך וועל פארציילן א מעשה רב וואס מיט מיר הקטן איז געשעהן.
אז איך בין געווען אין א גראסערי, פארנט פון מיר איז געווען א עלטערע פרוי וואס האט יעצט באצאלט און איך זעה אז דרייט זיך ארום. איך פרעג איר אויב זי דארפט עפעס הילף? האט זי מיר געזאגט אז זי איר טאכטער דארף איר נעמען אהיים מיטן קאר, אבער זי גייט ערשט קומען אין א האלבע שעה, ממילא זיכט זי א רייד.
האב איך איר געאפערט די רייד, און אהיים געדרייווט און אריין גענומען די באקסעס אין איר הויז.

פאר מיר איז עס געווען מסירת נפש. ווייל די גראסערי האט זייער א פרומער קליענטעל, און עס איז נישט אהנגענומען צו טוהן א טובה פאר א פרוי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:42 pm
דורך גראף
בין איך ארויס געקומען מיט מײן װײב פון די עליװעיטער און א פרוי האט פרובירט ארויס צו גײן פון די עליװעיטער מיט א דאבעל קערידז.
בקיצור האב אזוי אינסטינקװלי געהאלטן די טיר אפען, בקיצור אהײם קומענדיג איז מײן װײב אינגאנצען באמאכט. פרעג איך איר װאס
איז יעצט געשען? אײ דאנט קנאו. איך מײן ס׳איז נישט געװען א נארמאלע זאך אפען צי האלטן די טיר פאר א צװײטע פרוי...
בין איך טאקע א לאו לײף?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:06 am
דורך שרייבער
אויסדריקליך נישט, זייער א שיינע זאך
איך וועל דיר זאגן נאך מער, איך זע אפילו דא אין קרית יואל גענוג מאל ביי שארטקאוטס ווי ס'איז דא סטעפס און א ווייבעלע מוטשעט זיך, זיי כאפן דעם קעריזש און העלפן עס ארויפטראגן

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:01 pm
דורך שמעקעדיג
אינעם "מאמענט" פון סוכות, איז באשריבן דאס לעבן פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א, הגאון ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א.
בתוך הדברים ברענגט ער דאס פאלגענדע:

.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:27 pm
דורך אחד העם
איך וויל נישט זיין סתם שוימיג, קען מיר איינער מסביר אזא הוא אמינא בכלל, איינער קען מיר זאגען ביי וועלכע פרומען רבין זיי האבן זיך געלערנט אזאנע קראנקע משוגעתן, פרויען גיין צום דיין איז אלס געווען, האט עני גדול אדער פרומער פארצייטישער חסיד געהאט א בעיה מיט דעם,

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:32 pm
דורך ברסלבער
אחד העם האט געשריבן:איך וויל נישט זיין סתם שוימיג, קען מיר איינער מסביר אזא הוא אמינא בכלל, איינער קען מיר זאגען ביי וועלכע פרומען רבין זיי האבן זיך געלערנט אזאנע קראנקע משוגעתן, פרויען גיין צום דיין איז אלס געווען, האט עני גדול אדער פרומער פארצייטישער חסיד געהאט א בעיה מיט דעם,

איינע פון די שטרעקסטע געווער וואס די פרומע האבן אין די הענט איז "מסורה", מען טאר זיך אוועקרירן קיין סוס כל שהוא. אבער פארשטייט זיך אז ווען עס קומט למשל צו אזא פאל ווען אונז זעמיר פרומער ווי די פריערדיגע, דא וועלן זיי דאס נישט נוצן.
אגב, אין באר משה איז דא א תשובה וואס ער האקט קעגן די נייע מנהג אז די מענער גייען צום דיין, ער טענה'ט אז דאס ברענגט גרויסע מכשולות ווייל דער מאן קען נישט אזוי גוט איבערזאגן די שאלה וואס די ווייב האט אים געזאגט, און דעריבער דארף מען זעהן אז נאר די פרויען זאלן אליין גיין פרעגן ביים דיין שאלות נשים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:00 pm
דורך הוגה
וויזניצער רבי פון בני ברק, רבי ישראל, האט אויפן וועג צו שול געזעהן א קליין קינד שטיין ביים קארנער ווארטנדיג אז איינער זאל אים ארבערפירן די גאס. די רבי האט אים אנגעכאפט ביי די האנט און האט אים ארבערגעפירט די גאס.

ליינט דא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:54 pm
דורך אחד העם
יעצט געהערט פון אן עלטערער מאדערן יידל, וואס זיין משפחה זענען נישט רעליגיעז, ער מאיזה סיבה האט זיך מקשר געווען און ברסלב, קען גוט חסידות, און 1960 איז ער בדרך לא דרך אנגעקומען צו צעהלימער קעמפ, און דארט האבן די בחורים געשפילט בעסקיט באלל, און דער צעהלימער רב ז"ל, פלעגט שטיין און זיך צוקוקען מיט א שמייכעל וויזאוי די בחורים שפילן זיך...

און נאך זאגט ער מיר אז איינמאל איז דער וואס האט אים געברענגט אינעם קעמפ געזאגט אז דער רב איז נישט צופרידן מיט דיין טשופ, איז אומר ועושה זיך געגאנגען אפשערן כרצון הרב, און עד היום שער ער זיך נאר אזוי, און הייבט מיר אויף זיין קעיפ און ווייזט מיר, ער זאגט מיר ער האט עס געמיזט טוהן for this nice men...

בתוך הדברים זאגט ער מיר אז די מערכה פינעם טשערנאבליר קעגן ברסלב איז געווען ווייל דער טשערנאבליר האט זיך געפירט עושעריש און רבי נחמן האט געזאגט אז א רבי דארף אלעס געבן און נישט האלטען פאר זיך, און דער טשערנאבליר איז געגאנגען און מערכה קעגן אים, an you see, זאגט ער אז די אלע רבי האבען אלעס געגבן פאר אנדערע די ססאטמער האט אלעס געגעבן דער באבעבור האט אלכס אוועק געגבן, די ליבאוויטשער האט אלעס אוועק געגבן, און מאדנע איז וואס ער זאגט מיר אז טאקע וועגן דעם איז דער סאטמאר רב געווען דבוק און תורת מוהרן און נישט און טשערנאביל, ודבריו תמיהין

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:47 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אינעם "מאמענט" פון סוכות, איז באשריבן דאס לעבן פונעם ירושלימ'ער רב שליט"א, הגאון ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א.
בתוך הדברים ברענגט ער דאס פאלגענדע:

.

דער "משפחה" מעגעזין, אין די פסח אויסגאבע האט גיברענגט די זעלבע מעשה, בשם דעם ירושלימ'ער רב שליט"א, וואו ער ברענגט מער ארויס די נקודה. אז דער רב, הגאב"ד האט געזאגט, אז א דיין וועלכער קען נישט רעדן צו א פרוי וואס קומט פרעיגן א שאלה, פא"פ, באלאנגט נישט אין הוראה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 5:06 pm
דורך איחוד פעלד
אחד העם האט געשריבן:יעצט געהערט פון אן עלטערער מאדערן יידל, וואס זיין משפחה זענען נישט רעליגיעז, ער מאיזה סיבה האט זיך מקשר געווען און ברסלב, קען גוט חסידות, און 1960 איז ער בדרך לא דרך אנגעקומען צו צעהלימער קעמפ, און דארט האבן די בחורים געשפילט בעסקיט באלל, און דער צעהלימער רב ז"ל, פלעגט שטיין און זיך צוקוקען מיט א שמייכעל וויזאוי די בחורים שפילן זיך...

און נאך זאגט ער מיר אז איינמאל איז דער וואס האט אים געברענגט אינעם קעמפ געזאגט אז דער רב איז נישט צופרידן מיט דיין טשופ, איז אומר ועושה זיך געגאנגען אפשערן כרצון הרב, און עד היום שער ער זיך נאר אזוי, און הייבט מיר אויף זיין קעיפ און ווייזט מיר, ער זאגט מיר ער האט עס געמיזט טוהן for this nice men...

בתוך הדברים זאגט ער מיר אז די מערכה פינעם טשערנאבליר קעגן ברסלב איז געווען ווייל דער טשערנאבליר האט זיך געפירט עושעריש און רבי נחמן האט געזאגט אז א רבי דארף אלעס געבן און נישט האלטען פאר זיך, און דער טשערנאבליר איז געגאנגען און מערכה קעגן אים, an you see, זאגט ער אז די אלע רבי האבען אלעס געגבן פאר אנדערע די ססאטמער האט אלעס געגעבן דער באבעבור האט אלכס אוועק געגבן, די ליבאוויטשער האט אלעס אוועק געגבן, און מאדנע איז וואס ער זאגט מיר אז טאקע וועגן דעם איז דער סאטמאר רב געווען דבוק און תורת מוהרן און נישט און טשערנאביל, ודבריו תמיהין



ווען טששערנאבעל וואלט געהאט א תורה.....

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 5:27 pm
דורך העלא
אין שולחן ערוך ווערט דאך גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט קוקן?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:43 am
דורך חכם עתיק
העלא האט געשריבן:אין שולחן ערוך ווערט דאך גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט קוקן?



זעהן מעגן מען. קוקן נישט.

כמה פעמים געזעהן ביי עטליכע צדיקים, וואס האבן נישט אראפגעלייגט די אויגן אבער דאך נישט געקוקט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:00 pm
דורך הירשל ציג
טעפל האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.



מקור ביטע?

דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..


לדעתי.... איז נישט קיין ראיה פון דיעזען בילד, ווייל דא רעדט זיך פון א חופה, וואס א דבר שבקדושה טאר מען נישט זאגען קעגן שערות וכדומה. און אפשר האט ער געהאלטען אז די כיסוי ראש דארט האט נישט געטויגט