בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:31 am
דורך berlbalaguleh
סאו וואט האט געשריבן:א לייק פאר כוכב. גרויסע שכויח.

אונטרעסנט איז, אז און יענע אשכול האט איינער אראפגעריסען אלע חסידישע ספרים, אז דו בחינות און תורות זענען געגנבעט געווארן פון קדמונים וראשונים.

הוא אשר דיברנו. אז דער "תורה קוואל" אין זיין אריגינאלער פארם איז געוועין נישט "טהור". ווייל אן אגוד'יסט האט עס געשריבן. האט מען דאך עס געמוזט מטהר זיין. איי, אויפ'ן וועיג צו די טהרה האט מען אדורכגעפיהרט א גניבה. גניבה פון א ציוני איז נישט קיין עבירה. אדרבה. ס'איז אפשר גאר א גרויסע מצווה. איך ווארט שוין בכליון עיניים , ווען די תלמידי חכמים בתוכינו וועלן זיך נעמען איבערשרייבן די טמא'נע תורות און ספרים פון דעם וועלט בארימטן שטארק טמא'נעם "מוסד הרב קוק". די זייטיגע ווערטער און ראשי תיבות וויל איך אפילו נישט ארויס שרייבן ווי שר"י, ימ"ש עפ"ל און אנדערע שיינע אויסדרוקן...!