בלאט 2 פון 8

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:07 pm
דורך ימי קדם
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:די מצב איז זייער נישט גוט.

פאר וועם? פאר די קינדער וואס ווארטן?

אויף וואס פונקטליך ווארטן זיי? אלע קינדער האבן זיך שוין זייערע אייגענע קהילות, און די וואס גייען זיין רבי'ס האבן שוין א רביסטיווע. וואס פונקטליך פעהלט זיי יעצט? די קאלירטע בעקעטשעס און די פאנאטישע חסידים קומען משוגע מאכן אויף יעדע קליינקייט? איך מיין זיי זענען אלע מוותר דערויף ;-)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:01 pm
דורך סאו וואט
ימי קדם האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:די מצב איז זייער נישט גוט.

פאר וועם? פאר די קינדער וואס ווארטן?

אויף וואס פונקטליך ווארטן זיי? אלע קינדער האבן זיך שוין זייערע אייגענע קהילות, און די וואס גייען זיין רבי'ס האבן שוין א רביסטיווע. וואס פונקטליך פעהלט זיי יעצט? די קאלירטע בעקעטשעס און די פאנאטישע חסידים קומען משוגע מאכן אויף יעדע קליינקייט? איך מיין זיי זענען אלע מוותר דערויף ;-)


זיי ווארטן אויף מתי ימות זקן ההוא, ויקרבו ימי אבל אבי, ואכני אנהיג את הדור...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:12 pm
דורך ימי קדם
מיט וואס וועלן זיי פירן מער פון היינט? ר' ישראל פון מאנסי פירט האלב מאנסי אזוי אויך. ר' יצחק יוחנן איז פון די אנגעזעהנע רבנים אין וויליאמסבורג אזוי אויך. ר' מענדיל האט זיך זיין שטעטל, און חוץ דעם האט ער נישט קיין השפעה. קיין איינע פון די גייען זיך נישט קיין סאך טוישן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:51 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין, מ'וועט דיר נאכגעבן אויף דעם חלק. אבער וואס פשט אז מ'דארף אים אריינברענגען צו זינגען "תתברך" ער איז דען א חזן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:54 pm
דורך ימי קדם
זינגען תתברך איז איינע פון די הויכפונקטן פונעם יום טוב אין וויזניץ.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:44 pm
דורך קאווע טרינקער
נוסח ספרד זאגט תתברך טאג טעגליך!! הא הא!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 3:37 pm
דורך ימי קדם
ברוך ה' די רבי שליט''א איז היינט אריינגעקומען צו שחרית ווי געהעריג, געזאגט די ברכות, און צום ערשטן מאל דעם יום טוב פארגעדאווענט הלל און הושענות כבימי קדם. אזוי אויך די נענועים אלע פיר מאל ווי געווענליך. ביי ''אודך כי עניתני' האט די רבי זיך ממש צופייערט, און געזאגט בקול רם מיט א ספעציעלע תנועה.

אזוי אויך האט די רבי אויפגענומען דעם ציבור נעכטן נאכט, און היינט נאך שחרית לברך ולהתברך בגמר טוב לקראת הושענא רבה הבעל''ט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 8:52 pm
דורך איך אויך
נו אז דער רבי דאווענט ווי ימי קדם קען ימי קדם דאווענען ווי דער רבי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 3:17 pm
דורך ראש הישיבה
דער רבי האט היינט געדאווענט פארן עמוד. מען האט ב"ה געקענט הערן. דער מצב אין ביה"מ איז געווען רואיג כבשנים קדמוניות. די תפלות זאלן נתקבל ווערן לרצון
א גוט קוויטל א גוט פדיון און א זיס יאר

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 9:39 pm
דורך שבת אחים
C/p

Vizhnitz-Monsey rebbe just got rushed to the hospital after being unwell and suffering strong, please daven for מרדכי בן מרגליא לרפואה שלימה

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 10:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
/

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 10:35 pm
דורך שבת אחים
די רבי לאזט דאך נישט כאפן קיין בילדער רח"ל! מסתם געכאפט מיט א סמארטפאון ה"י היל"ת!

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 10:57 pm
דורך שבת אחים
C/P

רבותי, זאגטס תהלים! רבינו שליט"א איז ל"ע זייער שוואך. מנחה האט ער געדאווענט אין בעט. נאך מנחה איז ר' יאסל ראאב ארויסגעקומען און געוויינט היסטעריש אז מ'זאל איינרייסן לרפואת רבינו שליט"א

האדמו"ר מויזניץ-מאנסי בדרך לביה"ח אחרי שלא חש בטוב ויסורים חזקים, מרן מרדכי בן מרגליא לרפו"ש.

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 10:58 pm
דורך שבת אחים
עפעס מיט די קישקעס, די מצב איז נישט גיט.

תהילים כעת בבית מדרשו בוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, גיבערס.

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 11:07 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שבת'ל כ'זעה ס'ברענט אין דיר, קום אריין אין ביהמד אין וויזניץ מיטן פלעסטיק גלעזער אונעם גארטעל, כאפ א תהלים און מאך קולות, טוה וואס דיין הארץ באגערט.

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 11:09 pm
דורך שבת אחים
מיין טאטע האט מיך געטעקסט איך זאל זאגן תהלים. איך האב שוין געהאלטן כמעט ביים סוף פון קאפיטל קי"ט און איך האב באמערקט אז מיין היט איז געוועהן אויף די לינקע זייט (כבין דאך א לינקער ;) ל"ע ול"ע), איך האב שנעל אויסגעדרייט די היט אויף די רעכטע זייט כמנהג וויזניץ און אנגעפאנגען נאכאמאל די קאפיטל, אז נישט איז מען נישט יוצא!

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 11:36 pm
דורך א איד
דיין טאטע האט טעקסט?

נשלח: זונטאג אפריל 03, 2016 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
@שבת אלטס אויפגעקלערטער דארפסטו חושש זיין צו בן מרגליות איך מיין אז דו זאלסט נאכאמאל זאגן קי"ט

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 12:35 am
דורך שבת אחים
א איד האט געשריבן:דיין טאטע האט טעקסט?


זעהט זיך אויס אז יא

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 4:16 am
דורך גר ותושב
ביה"ח מאונט סיני: לאחר בדיקות מקיפות בביה"ח הוחלט עפ״י עצת הרופאים להשאיר את האדמו"ר מויזניץ ממונסי להשגחה עד הבוקר (ב׳) למרות ששרוי בהכרה מלאה ואין סכנה לבריאותו וישוחרר בעז״ה בשעות הבוקר לביתו.

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 11:50 am
דורך ברוך שאמר
עפעס נייעס פון שפיטאל אויב איינער ווייסט?

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 2:06 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
די רבי שליט''א איז שוין ב''ה אהיים

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 3:21 pm
דורך שבת אחים
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:די רבי שליט''א איז שוין ב''ה אהיים


מיינסט צוזאגן ״לביתו נאווה קודש״! א רבי האט נישט קיין היים.