בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:21 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ידע מענטש האט א פילינג אז ער מיז עפעס איבערלאזן אויף דער וועלט עס איז דא וואס טענ'ן אז דאס קימט פין די נאטירליכע אינטסטינק וואס א מענטש האט אז ער וויל לעבן אין אפי' נאכן טויט אויב לאזט מען איבער א זכר אי איז נאך עפעס געבליבן פין זיין חיות רוב מענטשן לאזן איבער קינדער אבער אז נישט פרובירט מען עפעס אנדרש
יא. אבער די חקירה איז, וועלכע איז דער עיקר. צו דער פראיעקט פאר וועלכן מ'געט זיך אוועק דאס גאנצע לעיבן און אויך די טשענס צו חתונה האבן און האבן קינדער. אדער פארקערט. ווייל א מענטש זעהט איין אז ער וועט ממילא נישט קענען חתונה האבן און געבוירן קינדער, גיט ער זיך אינגאצן אוועק פאר דעיםן פראיעקט...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:38 pm
דורך איך אויך
berlbalaguleh האט געשריבן:למעשה האט שרה שנירר (שענירער, אויף אונגאריש/אידיש) קיינמאל נישט חתונה געהאט. ווייסט איינער די אמת'ע סיבה פאר דעים?
זי האט יא ואכמ''ל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:53 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:למעשה האט שרה שנירר (שענירער, אויף אונגאריש/אידיש) קיינמאל נישט חתונה געהאט. ווייסט איינער די אמת'ע סיבה פאר דעים?
זי האט יא ואכמ''ל.
ואיפה כן מקומו להאריך?! ווייל לויט מיין אינפארמאציע האט זי קיינמאל נישט חתונה געהאט. ודו"ק...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:56 pm
דורך איך אויך
מפני כבודה לא אאריך אבל זה ידוע ליודעים.
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:07 pm
דורך איחוד פעלד
א פשוטע גוגל איז מגלה אז זי האט חתונה געהאט מיט איינער אבער זי האט נישט געהאט קיין קינדער.
וואס איךאויך פראבירט דא מגלה צו זיין מיט זיין מכסה זיין איז פארהוילען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:17 pm
דורך איך אויך
זעהסטו אז גוגל ווייסט אויך נישט אלעס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געטראפן אויף גוגל אז זי האט חתונה געהאט איינמאל אין ג'גט ווייל זי איז געווען אן עקרה אין דערנאך האט זי נאכאמאל חתונה געהאט מיט איינעם ר' יצחק לאנדא. אין געלעבט מיט איר ביז זי איז אוועק פין יענע מחלה ל''ע
סא ר' איך אויך נאך דא וואס מאריך צי זיין?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:38 am
דורך איך אויך
א האלבע שקר איז ערגער ווי דעם גאנצן אמת.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 8:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וועמען איז אינטרעסאנט איהר פערזענליכע לעבען לגבי די רעיון פון בית יעקב? יא, זי איז א היסטארישע פיגורי"ן וואס ס'איז אינטרעסאנט צו וויסען די געשיכטע, אבער ס'מאכט קיין שום חילוק נישט לגבי די רעיון זעלבסט.
מ'קען אויך ניצען די סאטמארער שפראך דא - היינט זעט שוין איעדע אז די קלארע אמת'ער בליק פון שרה שנירר איז געווען גערעכט און די אלע בנש"קלעך האבען טועה געווען!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי ארויף צו לייגען פיקטשערס וועל איך ארויף לייגען גאנץ אינטערסאנטע מאמרים פון א גאליציאנער איד אין די נושא
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 10:14 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועמען איז אינטרעסאנט איהר פערזענליכע לעבען לגבי די רעיון פון בית יעקב? יא, זי איז א היסטארישע פיגורי"ן וואס ס'איז אינטרעסאנט צו וויסען די געשיכטע, אבער ס'מאכט קיין שום חילוק נישט לגבי די רעיון זעלבסט.
מ'קען אויך ניצען די סאטמארער שפראך דא - היינט זעט שוין איעדע אז די קלארע אמת'ער בליק פון שרה שנירר איז געווען גערעכט און די אלע בנש"קלעך האבען טועה געווען!
שוטה! די בנש"קלעך האבן געהאלטן אז א פרוי וואס איז נישט געהייראט אין האט עטליכע סקאנדאלען ארום זיך, קען נישט פירן א סקול אין די וואס האבן איר מחזק געווען האבן אלע צום סוף מודה געווען אז די בנש"קלעך זענען גערעכט. נאכדעם וואס זי האט גענימען מענער פון דייטשלאנד פאר טיטשערס (פאר זעכצען יעריגע מיידלעך אין די סמינר, א סקול איז קיינמאל נישט געווען) אין די צייט וואס אין פובליק סקול איז דעמאלטס געווען שארף צוטיילט יונגלעך מיט מיידלעך. אין נאך עטליכע זאכן שהצניעות יפה להם.
אין אז די קענסט נישט די היסטארי שיס נישט קיין סטעיטמענטס ווייל טאקע דא זענען די בנש"קלעך ארויסגעקומען שטארק גערעכט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי ארויף צו לייגען פיקטשערס וועל איך ארויף לייגען גאנץ אינטערסאנטע מאמרים פון א גאליציאנער איד אין די נושא
ווען די שרייבסט א רעאקציע קליק אויף 'צילייגן א פייל' נאכדעם אויף browse אין וועל אויס וואס די ווילסט
אינז ווארטן מיט נייגער!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה נישט די option אויף א tablet
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:28 pm
דורך [NAMELESS]
Screenshot_2014-10-06-23-25-56-1365238742.png
דאס איז נישטא ביי דיר?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:43 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועמען איז אינטרעסאנט איהר פערזענליכע לעבען לגבי די רעיון פון בית יעקב? יא, זי איז א היסטארישע פיגורי"ן וואס ס'איז אינטרעסאנט צו וויסען די געשיכטע, אבער ס'מאכט קיין שום חילוק נישט לגבי די רעיון זעלבסט.
מ'קען אויך ניצען די סאטמארער שפראך דא - היינט זעט שוין איעדע אז די קלארע אמת'ער בליק פון שרה שנירר איז געווען גערעכט און די אלע בנש"קלעך האבען טועה געווען!
שוטה! די בנש"קלעך האבן געהאלטן אז א פרוי וואס איז נישט געהייראט אין האט עטליכע סקאנדאלען ארום זיך, קען נישט פירן א סקול אין די וואס האבן איר מחזק געווען האבן אלע צום סוף מודה געווען אז די בנש"קלעך זענען גערעכט. נאכדעם וואס זי האט גענימען מענער פון דייטשלאנד פאר טיטשערס (פאר זעכצען יעריגע מיידלעך אין די סמינר, א סקול איז קיינמאל נישט געווען) אין די צייט וואס אין פובליק סקול איז דעמאלטס געווען שארף צוטיילט יונגלעך מיט מיידלעך. אין נאך עטליכע זאכן שהצניעות יפה להם.
אין אז די קענסט נישט די היסטארי שיס נישט קיין סטעיטמענטס ווייל טאקע דא זענען די בנש"קלעך ארויסגעקומען שטארק גערעכט.
איך ווייס נישט פונקטלעך וואסערע סקאנדאלן די רעדסט. אבער די עצם רעיון וואס זי האט אריינגעברענגט אז מען זאל מאכן מיידל שולעס אין קעגן דעם איז געווען די התנגדות (לאו דוקא קעגן מענער טיטשערס וואס לפי ידיעתי הדל איז דאס נאר געווען אין די סמינר למורות)האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט אין סוקסעס אין היינט איז נישטא קיין איין קהילה וואס שיקט נישט די מיידלעך אין סקול
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:27 am
דורך [NAMELESS]
קיינער איז נישט געווען קעגן די געדאנק ממש. די עיקר התנגדות איז געווען קעגן איר סמינר