בלאט 2 פון 11

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:30 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין יא, מעג איך דא אויסגיסן מיין פארדרוס,
איך האב געלייענט דעם ארטיקל נעכטן נאכט, אבער שומו שמים, מיר ווערן ערגער און ערגער מיט די ענינים, מען איז מספיד לעבעדיגע מענטשן, עס איז דאך אזא גרויליגע זאך, ווי אזוי וואלט איר געשפירט ווען מען באשרייבט אייך מיט אלע אייערע נאטורן און מדות און השקפות פאר די גאנצע וועלט צום ליינען, די גאנצע זאך איז נישט מער ווי די היינטיגע צמצום המוחין, פעך, עס פאסט נישט, איך שפיר זיך באמת אומבאקוועם צו ליינען אזעלכע זאכן, וואס איז דען דער תכלית דערפון, איך רעד שוין נישט פון די חברים מעמבער שטיקלעך, אדרבה איך רעספעקטיר דאס ביזן הימל, אבער מספיד זיין באלאנגט נישט אויף א לעבעדיגן מענטש, פינטל! נישטא קיין עקסיוז פארוואס צו נעמען א מענטש אויפן צימבל און אים אויסטון פאר די גאנצע וועלט, ספעציעל סענסיטיווע זאכן ווי צב"ש אז ער וויינט 24 שעה א טאג... אוח אוח אוח....

כ'רעד נישט אויב איינער איז דאנקבאר פאר איינעם און לייגט א ייש"כ אדער א מזל טוב און שרייבט טיטולען אדער אפאר שבחים, כ'רעד ווען מ'זוכט וואס צו שרייבן און מען גייט שריייבן אן ארטיקל בלויז לשם אן ארטיקל, נעמען א מענטש און אים אויספראקן ברבים, אפילו לטובה. עס איז פשוט זייער אומפאסיג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:12 pm
דורך אייזקרים
קרעקער ביסט הונדערט פראצענט גערעכט זיי ברענגען שטארק ארויס דעם רבס נאטור אבער נאך אלץ איז עס צו גראב געשריבן ער וואלט עס ווען געקענט און גידארפט ארויס ברענגען מער אויף א ריינעם אויפן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 4:43 pm
דורך zurich
איך האלט ווי דיר שמעקעדיג, אבער אפשר האט מען עים געפרעגט? נעה קען נישט זיין נו וואס איז טאקע פשט אז מען טוט איינעם אויס נאקעט ווייל מען האט נישט וואס צו שרייבן, זייער פאני!! ער רעגט זיך זעכער אין גרויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:02 am
דורך ביבער
ופשוט הוא

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:06 am
דורך כוכב
למעשה איז עס א גאר אינטערעסאנטע ארטיקל, און פאר ווער סווייסט וויפיל רדיפות די קאמפיוטער פראגראם איז אויסגעשטאנען פון די סיקריקים בראשות פון דוד ראזנבערג וואס האבן געזען דערין די ג' עבירות חמורות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:26 am
דורך ביבער
ס'איז א רייכער ארטיקל, כהאב הנאה געהאט פון די מעשה מיטן ברך משה, ווער ווייסט אפשר וואלט ער היינט געפסק'נט אז מ'מוז האבן אינטערנעט לויט וויפיל תורה וגמ"ח מ'קען אלס דעגרייכן דערויף?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 11:47 pm
דורך קרעמער1
די סת"ם ארטיקל איבער גרינפעלד איז מיר געווען די אינטרעסאנטסטע פון די אויסגאבע

גענומען האב איך עס אין די האנט צוליב ירמיה דאמען, אבער דארט האט ער מיר גארנישט מחדש געווען

די ארטיקל פון סטיטשינער איז טאקע אביסל קינדעריש אבער די חברים קאלס וכדו' איז נאך די גרעסטע מעלה
און קרעקער: איהר מעגט זיין שטאלץ מיט אזא רבי
און דאס זעלבסט, מיין איך, איז קיין בושה צו באשרייבן בפרט אז דער רבי שעהמט זיך נישט דערמיט


און בדרך אגב, ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט איך געזאגט ער זאל עס נישט טיילן אינגאנצן אומזיסט
ער מאכט זיך בלויז ביליג דערמיט

אז ער וויל דוקא אסאך ליינער, קען ער בעהטן א מינימאלע סכום פון א דאלער אדער ווייניגער
דאס וועט איהם געבן מער חשיבות און גלייכצייטיג ערמעגליכן זיך צו האלטן אויף א העכערן ניווא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:27 am
דורך וויליאמסבורגער
צווייטע אויסגאבע
http://www.yiddishtribune.com

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:58 am
דורך יידל
צו קען דען זיין אז 4 אדווערטעריאלס און איין געספאנסערטע רעסעפי קען אויסצאלן אכצן טויזנט קאפיעס?! עפעס שטימט נישט. נניח אז עס קאסט אפילו בלויז א דאלער א קאפי צו פרינטן, נניח ער פרינט בלויז האלב פון אכצן טויזנט איז עס דאך ניין טויזנט דאלער! וויפיל בעט ער דען פאר אן אדווערטייזמענט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:19 am
דורך כוכב
כוכב האט געשריבן:דיסטרוביוציע גייט אים שחט'ן. ער דארף אויסטיילן צענדליגער טויזנטער קאפיס אומזיסט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:53 am
דורך signout
נישט געזעהן אין ערגעץ צו באקומען די וואך

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:43 am
דורך ונבנתה העיר
ורבי רבבות.

זעהט אויס אז ער וויל נישט טועם זיין טעם איסור.

נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:50 am
דורך בשבילי!
דער הובערס איז דאך א בן נח, וואס להבדיל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 6:32 pm
דורך קרעקער
דריטע אויסגאבע
http://www.yiddishtribune.com/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:26 pm
דורך שמעקעדיג
פריוואטע טורמעס איז לעצטנס געווען ערגעץ באשריבן, דוכט זיך.
אין דער שטערן אפשר?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:25 am
דורך חד גדיא
כ'גלייב נישט הערשל שרייבער איז מסכים צו דעם ארטיקל.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:57 am
דורך אויסגערוט
וואס איז א חילוק צו ער איז מסכים צו נישט. ווען עני צייטונג אדער וועבסייט באשרייבט א מענטש אדער פראפיילט זיין ביזנעס מוזן זיי דען פרעגן רשות. מילא אן אונטערוויו מיז געטון ווערן מיט רשות אבער סתם אן ארטיקעל מעג ער שרייבן וואס ער וויל און במחילת כבודו מיז ער עס נישט ליינען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:50 am
דורך קאסטנער
חד גדיא האט געשריבן:כ'גלייב נישט הערשל שרייבער איז מסכים צו דעם ארטיקל.

לויט ווי זיי לייגן אים אראפ זיכער נישט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:47 pm
דורך איך אויך
וויזוי לייגן זיי עם אראפ?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:47 pm
דורך פישלע העררינג
טאקע אן אינטרעסאנטע אויסגאבע!

וואס איז אבער זייער ציל? קוים א מזומן פון אדווערטייזמענטס.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:27 pm
דורך קאסטנער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:טאקע אן אינטרעסאנטע אויסגאבע!

וואס איז אבער זייער ציל? קוים א מזומן פון אדווערטייזמענטס.

די ערשטע וואך האבן זיי געהאט אפשר איינס סווערט נאר מער גיב עס צייט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:29 pm
דורך קאסטנער
איך אויך האט געשריבן:וויזוי לייגן זיי עם אראפ?

אויפן ריקן