[tag]איש עברי[/tag], כ'ווייס נישט אויב דו פאלסט נאך דא אריין אמאל, כ'האף אז יא.
דיין ארטיקל האב איך יעצט געזען צום ערשטן מאל.
מיינע הרגשים שטורעמען נאך, מיינע אויגן זענען פארשוועמט, מיין הארץ ציפט, און דו האסט באוויזן אינגאנצן אויפצושאקלן מיינע טיפע סטרונעס.
הערליכע באשרייבונג, געוואלדיגער געדאנק, און שעפערישער שפראך!
זאלן אלע אידן וואס האבן עס נאכנישט געליינט, באקומען א פרישע שאנס דאס צו ליינען.
אראומע #10 מיין יוגנט מיט רבי לעמל אין אוישוויץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
Wow Wow Wowאיש עברי האט געשריבן:איך בין אויפגעוואקסן אין שאטן פון די האלאקאוסט, יא איך בין קוים עטליכע אין צוואנציג יאר אבער די טייוול-גייסט פון אוישוויץ האב איך באגעגנט טעגליך מיט מיינע אויגן, נאך אלס קינד האב איך טאג איין טאג אויס זיך אנגעטראפן מיט מענגעלע, מיט אייכמאן און אפילו מיט היטלער, דאס איז א דאנק מיין ליבע שכן רבי לעמל, וואס האט מיך מיט זיין ברייט הארץ גענומען אויף א באזוך קיין אוישוויץ, מיך מיטגעטיילט אלע איבלען וואס זענען אויף אים אריבער און זיכער געמאכט אז עס קריצט זיך איין טיף טיף אין מיין יונגע הערצעלע.
נישט אז רבי לעמל איז די איינציגע מלחמה איבערלעבר וואס איך האב געקענט, אין די סביבה ווי איך בין געוואקסן האט יעדע ווייסע בארד אויך געהאט נומערן אויף די האנט, אבער די רוב פון זיי האבן מיטגעברענגט פון אוישוויץ א שרעקעוודיגע שווייגעניש, א שווייגעניש וואס איז שווער צו טרעפן היינט, איך געדענק ווען איך בין אריין ביי מיין זיידן און באבע אינדערהיים און מען האט געשוויגען, געשוויגען, און די שווייגן האט געהאט א כח, עס האט געשפיגן אזויפיל ווייטאג, איך האב נישט געוויסט פון ווי זיי נעמען די כח אזויפיל צו שווייגן.
אין בית המדרש זענען זיי אייביג געזיצן אויף זייערע פלעצער ווי מען האט זיי געקנס'ט, ווי גלייך דער וועכטער שטייט מיט א רעוואלווער און גיט אכטונג, געקומען אויף צייט, אוועקגעגאנגען די לעצטע, אלעמאל אין די אונטערשטע רייען, מיט זייערע לייען ברילן און די קישעלעך אונטערצולייגן אויף די זיץ פלעצער, די אויגן אריינגעגראבן אין די סידור און די ליפן האבן געשעפשעט אן אויפהער.
ווען זיי האבן געעפנט דאס מויל האבן מיר געוויסט אז זיי טאר מען נישט פרעגן אדער זאגן נאר אויסהערן מיט סימפאטיע און צושאקלען מיט'ן קאפ, זייערע מעשיות זענען שטענדיג געווען בערך די זעלבע איבער די אלטע היים און די קריג, איבער זייערע ליידן און פארלוסטע, איבער די בא'חנ'טע קינדער וואס זיי האבן דארט איבערגעלאזט און איבער די הונגער וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אונטער דעם דייטש, און אלעמאל זיכער געמאכט אז ווען מיר עסן א שטיקל קאקאש קעיק זאלן מיר וויסן אז אין אוישוויץ האט מען נישט געחלומ'ט אויף אזאנס.
אבער ר' לעמיל איז איינער וואס איז געווען בולט מיט זיין אייגנארטיגקייט, אנדערש ווי אלע אנדערע איבערלעבער, ער האט אויך אסאך געשוויגען און באהאלטן זיינע סודות אונטער א פארזיגלטע פנים מיט א ביטערע שמייכל דערויף, ער האט אבער געקוקט מיט הנאה אויף אונזערע שפיל, ער האט אלעמאל צוגעשמייכלט, אפילו ווען מיר האבן זיך גע'חוצפה'ט האט ער אנגענומען מיט א גוטמוטיגע שמייכל, זיין שמייכל האט אונז אלעמאל געמוטיגט נישט זיך צו שרעקן פון די "זיידעס".
ער איז געזעצן אויף די לעצטע באנק פון ביהמ"ד, ער האט אייגנטליך נישט פארנומען קיין פלאץ בכלל, ער האט זיך ארומגעדרייט ווי א שאטן, מען האט געוויסט אז אים דארף מען נישט גרוסן ווייל ער ערווארט עס נישט, טאמער האט מען אים באגריסט און נאך דערצו טאמער האט מען געזאגט מיט זיין נאמען גוט מארגן רבי לעמל האט ער זיך פאררויטלט ווי א בר מצוה יונגל.
אין די ברענעדיגע ויכוחים וואס האבן געהאלטן פארנומען די אלטיטשקעס צו מען זאל עפענען די פענסטער אדער פארמאכן, האט ער נישט געהאט קיין מיינונג, און ארויסגעוויזן גאנץ ווייניג אינטערעס, ער האט ליב געהאט זיך צו באהאלטן אין זיין ווינקל און אריינקוקן אין זיין משניות וואס האט אויסגעזעהן מער ווי ער זוכט פשוט א פלאץ ווי צו פארשטעקן זיינע אויגן ווייל ער האט גאנץ ווייניג פארשטאנען וואס שטייט דארט.
בכלל האבן די אידן עפעס געטראגן מיט זיך א וועלט וואס מיר האבן נישט פונקטליך פארשטאנען, זיי האבן גערעדט פון די אלטע היים פון מונקא טאבאר, און אומפארשטענדליכע זאכן, מיר האבן געוויסט אז דאס זענען די אידן וואס קומען פון "דארט" וואס אויף זיי פרעגט מען נישט קיין קשיות זיי מעגן זיך בייזערן און שרייען, און מען דארף זיי פארגעבן.
אנדערש איז אבער געווען רבי לעמיל. ער איז געווען שטיל, איידל, ווייניג גערעדט און אסאך געשמייכלט, אבער נישט אזעלכע גוטמוטיגע שמייכלען נאר אזא שעמעוודיגע שמייכל וואס האט באהאלטן אונטער זיך אסאך ווייטאג, א שמייכל וואס האט ווי געזאגט זייט מיר מוחל אז איך עקזיסטיר, ער האט זיך ווי אנטשולדיגט אויף זיין עקזיסטענץ.
מיט מיינע יונגע חושים האב איך דערשפירט אז רבי לעמיל באהאלט אין זיך א סוד, אפילו אין די צייטן וואס אנדערע האבן גערעדט פון דער אלטער היים מיט נאסטאלגיע, אדער אויסגעמאהלן מיט פארבן די צרות וואס זיי זענען אריבער אין די דייטשע גיהנום, האט רבי לעמיל עפעס איינגענומען א שווייגעניש, ווי צו זאגן: "לא לך, חשב עניך כעניי. התמשילי חלייך לשברי ולחליי"?!
געזיצן איז ער נעבן די קענדי מענטש פון אונזער בית המדרש. ער האט געקוקט ווי די אנדערע קינדער נעמען די קענדיס און האט ווי שטענדיג געהאט זיין ווייטאגליכע שמייכל, די קענדי מענטש פלעגט זאגן פאר רבי לעמל 20 קינדער האבן גענומען היינט ביי מיר, און רבי לעמיל פלעגט ענטפערן: א נקמה, איך האב נישט פארשטאנען א נקמה אין וועם, איך האב געקלערט אפשר אין די קענדי מענטש פון די דערנעבנדיגע בית מדרש, אבער ס'וועט קומען א טאג וואס רבי לעמיל וועט מיך ערקלערן.
איך האב געוויסט אז די קשר מיט רבי לעמיל ענדיגט זיך מיט א ברייטע גוט מארגן און א שמייכל, קיין לענגערע שמועסן האט מען מיט אים נישט געקענט האבן, ווי גליקליך בין איך געווען ווען רבי לעמיל האט מיר מיט א פאררויטלט פנים געלאדענט איך זאל ארויפקומען צו אים אהיים. קיין גליקליכער ווי מיר איז נישט געווען, דער ליבליכער רבי לעמל האט מיך געלאדנט איך זאל קומען צו אים אהיים, איך האב געוויסט אז דארט ווארט מיך אפ א הויפן פון גוטע זאכן, רבי לעמל האט אייביג געהאט אין זיין טאש א ענדלאזע אוצר פון זיסווארג, און איך האב פארשטאנען אז דארט ביי אים אינדעהיים איז די מקור השפע.
וואס זאל איך אייך זאגן? רבי לעמל האט נאר געעפנט די טיר איז מיר אקעגנגעקומען א שארפע גערוך, די זעלבע גערוך וואס אלע אלטע אידן האבן מיטגעברענגט פון "דארט". אזא שארפע גערוך געמישט פון מענטשליכע אפפאל מיט אלטע מאכלים, אבער מיט די שמייכל פון רבי לעמל האט דאס געשמעקט ווי גוטע בשמים, אינדעהיים איז געווען איין לאמפ וואס האט געווארפן א העלע ליכטיגקייט וואס האט נאר טונקעלער געמאכט, אין די שטוב וואס האט געדארפט דינען אלס דיינינג רום איז געווען א גרויסע שפיטאל בעט ווי עס איז געליגן די ווייב פון רבי לעמיל, מיט פארמאכטע אויגן און א בלאסע פנים און יעדע צוויי מינוט איז ער געגאנגען קוקן וואס זי מאכט און איר א גלעט געטאן אין די האנט.
רבי לעמל האט מיר נישט געגעבן קיין גוטע זאכן, זיין שמייכל איז פלוצלינג אראפ, און ער האט מיך געפרעגט מיט א טרויעריג פנים אויב ער מעג מיך פארציילן א מעשה. איך האב מיך דערשראקן, אבער איך בין געווען זיכער אז עס וועט זיין א אינטרעסאנטע מעשה, אפשר אפילו א שרעקעדיגע מיט ים רויבער אדער מענטשן פרעסער'ס. און רבי לעמל האט מיך פארבעטן צו זיצן און פארציילט, און פארציילט, מיט טרערן, מיט קרעכצן, ביז עס איז געווארן מנחה.
איך געדענק נישט פונקטליך וואס רבי לעמל האט פארציילט אבער עס נישט אויסגעקוקט ווי א מעשה נאר ווי א וידוי, ער האט זיך ווי אנטשולדיגט פאר מיר אז ער האט יא געדארפט בלייבן אין בונקער ווען זיין ווייב האט געהייסן, ווער ווייסט אפשר וואלט זיין משה'לע נאך געלעבט ביז היינט, אפשר האט ער יא געדארפט פארלאזן קיין ארץ ישראל צוויי יאר פריער, אלע זיינע געוויסנסביסן האט ער אויסגעגאסן אויף מיין קליין קעפעלע און יונג הערצעלע, און דערביי געזאגט משה'לע איז געווען דיין עלטער, ער האט אויסגעזעהן ווי דיר, און איך האב פארשטאנען אז רבי לעמל וויל איך זאל אים מוחל זיין אין נאמען פון משה'לע,
אצינד האב איך פארשטאנען פארוואס רבי לעמל טוט אזוי וויי ווען איך זאג אפ צו נעמען זיינע גוטע זאכן, ווען איך קום נישט צו אים זאגן א גוט שבת. אין זיינע אויגן בין איך משה'לע, א שאטן פון זיין באליבט קינד, א פארנעפלטע זכרון וואס ער פרובירט צו כאפן, רבי לעמל האט מער נישט געהאט קיין קינדער אבער ער האט אנגעפולט זיינע טאשן מיט גוטע זאכן פאר זיין משה'לע, ווען א יונגל וואס האט געענדלט אין זיין משה'לע איז אריבער האט ער אים געגעבן א גוטע זאך פאר משה'לע.
*
יענעם דינסטאג אינדערפרי ווען איך האב געזעהן די מודעה פון די לוויה פון רבי לעמל, בין איך געגאנגען צו די לוייה און ווען קיינער האט נישט געזעהן בין איך צוגעגאנגען צו די מטה און אריינגרוימט פאר רבי לעמל, איך בין זיכער אז משה'לע איז דיך מוחל, טייערע רבי לעמל נוח בשלום על משכבך, דו ביזט נישט שולדיג אויף די גרויזאמע גורל וואס האט באטראפן כלל ישראל, שפיר דיך נישט שולדיג אז דו ביזט געבליבן לעבן, און ווען אלע האבן געזאגט אז עס איז געבליבן א חלל פון א איד וואס האט נאך געקענט רבי ישעיה'לע קערעסטירער האב איך געטראכט ווער ווער וועט אצינד געבן די ווארימע גלעט פאר די פרוי וואס ליגט ביי רבי לעמל אין דיינינג רום.