בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:37 am
דורך רויטע וואנצעס
אי"ה ביי זונטאג חול המועד, וועלן די נייע ארטיקלען ווערן צוגעלייגט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:41 am
דורך סאו וואט
כארומא חמה על נפש עייפה איז מיר געקומען דער ווארימע ארומע בלעטער,
א געוואלדיגע ארבעט נאכדערצו און איין טאג, דאס איז ממש דו כוונה פון בר בי רב דחד יומא, הגהות דחד יומא,
קאווע ה' יחליף כח, זאל געבן פאר דו מנהלים גבאים ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך אסאך כח און געזונט ווייטער אנצוגיין מיט דו עבודת הקודש.
גרויסע שכויח כוכב העולה ומזהיר בשמי רקיע פארן לייגען דרוק און פרעשור. און עס מאכען צו שטאנד קומען
אה, הייסט פרעשור איז יא א גוטע זאך? דעמאלטס וואס האקסטו אויפ'ן סיסטעם?
א פרייליכען יו"ט ווינטשט סאו וואט
so what?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:10 pm
דורך גדעון
זייער שיין. ס׳וואלט כדי געווען צו מאכן א מינעמאלע פי די עף פאר די וואס ווילן עס פרינטן פון א שווארצע-ווייסע פרינטער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
גדעון האט געשריבן:זייער שיין. ס׳וואלט כדי געווען צו מאכן א מינעמאלע פי די עף פאר די וואס ווילן עס פרינטן פון א שווארצע-ווייסע פרינטער
אשתדל צו מאכן א b/w
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 2:10 pm
דורך כוכב
רויטע וואנצעס האט געשריבן:גדעון האט געשריבן:זייער שיין. ס׳וואלט כדי געווען צו מאכן א מינעמאלע פי די עף פאר די וואס ווילן עס פרינטן פון א שווארצע-ווייסע פרינטער
אשתדל צו מאכן א b/w
פעלט נישט אויס איך האב עס ארויסגעפרינט פון א בלעק ענד ווייט און סאיז שיין קלאר.
לייג ביטע בלאט נומערן שכויעח.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 4:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
אקעי.
[tag]גדעון[/tag] קענסט ארויספרינטן א פראפעשענעל BW. קודם פרינט עס אלץ א PDF ווי ס'איז דא א אפציע עס צו פרינטן אויף BW, און פון דארט פרינט עס ארויס געהעריג.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 5:27 pm
דורך לעיקוואד
ארויסגעפרינט אויף יום טוב. שכויעח פאר'ן צושטעלן קאווע שטיבל אויף שבת ויום טוב אויך.. לקיים מה שנאמר לא ימוש קאווע הזה מפיך. א גוט יום טוב.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 5:44 pm
דורך נולד מאוחר
זייער שיין אז די ווינטש אונז גוט יו"ט, מיר זענען אבער נישט מוותר אויף דיין אראומע שטיקעל/פילסאפיזע פאנאל.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 5:47 pm
דורך לעיקוואד
קום אריבער קיין לעיקוואד מ'עט עס מאכען לייו..
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:43 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]כוכב[/tag] די האסט מיר גישטערט מיין גאנצע שמחת יו"ט
איך בין פון צוויי טעג פאר יו"ט גיזעצן רוב טאג אויפן כלי ווייל עס האט געהאלטן אין איין אריינפליסען פרישע אראומע'ס מיט שיינע תגובות וכו'
עכ"פ to make a long story short מיין נוי סוכה האב איך נישט גיענדיגט הענגן איך האב נאר געהאנגען אפאר זאכן אויפן וואנט די דאך איז ליידיג! מיין ד' מינים האב איך הערשט געבינדען נאכ'ן סעודה ביינאכט!
מיין ווייב בלאזט אויף מיר אויף א שרעקליכע פארנעם אז איך האב נישט געטוהן פאר יו"ט all my duties קוים וואס זי האט מיר סערווירט די סעודות
עס גייט מיר קאסטן אפאר טאלער דער חול המועד אדער ביי א טעראפיסט אדער א שיינע מתנה אז מיין שלום בית זאל זיך אביסל צריק שטעלן!!!
נעקסט טיים פליז מאך די סאמעטוכע א וואך פאר יו"ט.
טענ"ק י"ו
קי"פ א"פ יו"ר גו"ד ווער"ק
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:50 pm
דורך וויליאמסבורגער
געזעהן היינט אין ביהמ"ד
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:10 pm
דורך יין שרף
שיין! אז דו קוקסט אריין אין דיין סידור ביים דאווענען...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:52 pm
דורך גדעון
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אקעי.
[tag]גדעון[/tag] קענסט ארויספרינטן א פראפעשענעל BW. קודם פרינט עס אלץ א PDF ווי ס'איז דא א אפציע עס צו פרינטן אויף BW, און פון דארט פרינט עס ארויס געהעריג.
איך מיין צוזאגן עס צו מאכן אויף אויף אזא אופן אז ס׳זאל זיך נישט אויסנוצן דו גאנצע טאנער ביים פרינטן, ס׳זאל זיין מער סימפל, ווייניגער בלעטער, און אנע בעקראונד. בכלל איז היינט סימפעל פלעט מינימעל אין סטייל.
נעקסט טיים...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
מען האט מיר געבעטן צו מאכן אין קאליר מאגאזין סטייל. אויב א גרויסע עולם וויל מער פשוט און toner friendly, וועל איך אקאמאדירן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:40 pm
דורך הוגה
Toner friendly
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 5:14 pm
דורך כוכב
עס איז אלעמענס ערווארטונג אז די קומענדיגע חלק זאל זיין [tag]הוגה[/tag] פרענדלי מיט א מאמר פון אייער מאיאסטעט.
אויך ווערט נאך ערווארטעט מאמרים פון [tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]מאטי[/tag].
א קאפיטל תהלים קען נישט שאטן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
אי"ה היינט נאכט וועט ארויסקומען די
"סוכות אראומע בלעטער" חלק ב'. געדענקט! מיר זענען די איינציגסטע היימישע אויסגאבע וואס קומט ארויס לכבוד די צווייטע טעג

.
היות ס'איז דא ב"ה א געוואלדיגע שפע פון הערליכע ארטיקלען, איז מעגליך אז איך וועל מוזן לאזן אפאר ארטיקלען פאר נעקסטע מאל, כדי מ'זאל קענען ארויסגעבן די PDF צייטלעך.
ח"ב וועט זיין אויף די זעלבער פארמאט ווי ח"א (מאגאזין סטייל). אי"ה אין די עתיד וועלן איך פרובירן צופרידנשטעלן די וואס ווילן מער toner friendly.
PDF דאונלאד פאר די "סוכות אראומע בלעטער" חלק ב'
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 9:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיט שמחה טו איך פארשטעלן די "אראומע בלעטער" חלק ב'. יישר כח כוכב און פישעלע פאר אייער נאכנאנדע הילף בעצה ובתושיה.
א גוט יום טוב טייערע חברים, א זיס לעכטיג יאר.
סוכות אראומע בלעטער חלק ב'
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 9:26 pm
דורך אפטעמיסט
Wow wow אומגלויבליך! הערליכע ארבעט!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 9:38 pm
דורך פישלע העררינג
אנבעליוועבל! [tag]רויטע וואנצעס[/tag] מיט [tag]כוכב[/tag] - יישר כחכם!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:08 pm
דורך כוכב
ה-ע-ר-ל-י-ך!
אזויפיל קען איך ענק אויסזאגן פון הינטער די קוליסן, רויטע איז א ממש א קעקל פון אן עדיטאר, נישטא א זאך וואס איז מיר נאר איינגעפאלן און ער האט נישט געפאלגט ווי א טאטעלע כאילו ער איז אויף פעי ראל ביי מיר.
לאוו יו רויטע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:18 pm
דורך כוכב
איך מיין אז אראומע איז די בעסטע באווייז אויף די הויכע ניווא פון קאווע שטיבל ממש א כרכא דכולא בי' מלא תוכן: היסטאריע (ונבנתה), תורה (כוכב, חלזון), מחשבה (יאיר, פארוואס), חכמה (יידל), סיפורי צדיקים (אתא, בשבילי!, נהורא), דעה ובינה (קאווע טרינקער), מדות ומוסר (יין שרף, כוכב), היכל הנגינה וואס איז נעבן היכל התשובה (מצטמק, מאראנצן) צוזאמען פארעמט עס א הערליכע רעגן בויגן מיט די שענסטע קאלירן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:55 am
דורך לית דין בר נש