בלאט 2 פון 5
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
איך זוך נישט צו בארעכטיגן אדער באשולדיגן Footsteps, נאר זעהענדיג ווי די וויכוח דרייט זיך איבער זייער חלק אין די מעשה וויל איך פשוט מברר זיין למען המציאות אויב איינער ווייסט. איז דער בר מינן דידן ע"ה בכלל געווען א מעמבער ביי Footsteps? אויב יא, איז ער געווען אן אקטיווער מעמבער אדער סתם א יוצא ונכנס מפעם לפעם אבער בכלל נישט געווען אויף סיי וואס פון זייערע פראגראמען?
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:39 pm
דורך פידלער
איך זעע אז מ'בויעט אויף די בילדער, וויל איך זאגן אז דאס בילד דא איז פון יואלי ענגעלמאן, נישט דייטש. כמעט זיכער. איך געדענק יואלי אלץ קינד און אזוי האט ער אויסגעזען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:44 pm
דורך אפטעמיסט
יא, יא. ס'איז נישט דייטש.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:49 pm
דורך לעיקוואד
המקום ינחם את המשפחה והחברים וכל הקשורים בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא יוסיפו לדאבה עוד.
עפעס בערך אזוי געדענק איך איז דער אידישער נוסח וואס מ'זאגט ווען איינער שטארבט, די מנהג צו רעדן וועגן פאטסטעפס און מאלעסטעישין געדענק איך נישט זאל זיין דערמאנט אין נטעי גבריאל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:50 pm
דורך לית דין בר נש
די האסט שוין גיזעהן די נייע באנד פון תשע"ה?
אסאך זאכן האבן זיך געטוישט
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
פידלער האט געשריבן:איך זעע אז מ'בויעט אויף די בילדער, וויל איך זאגן אז דאס בילד דא איז פון יואלי ענגעלמאן, נישט דייטש. כמעט זיכער. איך געדענק יואלי אלץ קינד און אזוי האט ער אויסגעזען.
דער ענגעלמאן רופט זיך אויך מיטן כינוי
Joe Diangello, עפעס אן עירוב פרשיות גייט דא פאר
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:02 pm
דורך גנדי
עס איז נישט קיין עירוב. ביידע זענען געווען באשריבען אין איין ארטיקעל. גוגל קוקט אויף קי ווארדס.
דא איז די ארטיקל. ליין. הער. וועט קלאר ווערן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:04 pm
דורך איש עברי
איך האב נישט געקענט דעם בר מינן, עס קען זיין אז די וואס שרייבן אז זיי האבן אים געקענט זאגן אמת און ער איז טאקע געווען א צושרויפטע נשמה מיום הוולדו, אבער עס קען אויך זיין אז ער איז געווען א סענסעטיווע נפש וואס איז געשעדיגט געווארן דורך גרויליגע פעדאפילן און שפעטער האט מען דערשטיקט זיין וויי געשריי כדי צו היטן אויף די כבוד פון די ארומיגע.
אבער הכל מודים אז מען מוז נישט זיין קיין "קראנקע מענטש מיט נפשיות'דיגע מיחושם" כדי זיך נישט צו טרעפן די פלאץ אין אונזער געמיינדע, זאגן אז ער איז קיינמאל נישט מאלעסטערט געווארן סתם ווייל אזוי שמעקט דיר צו זאגן איז רשעות און אראגאנץ, א יונגל שרייט און וויינט אז מען האט אים געשעדיגט און אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה זאגט מען אז ער זאגט ליגנט, פארוואס? פאסירט עס טאקע אזוי זעלטן ביי אונז אז מען מוז צוקומען אז ער האט אויפגעטראכט די מעשה?
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:06 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:המקום ינחם את המשפחה והחברים וכל הקשורים בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא יוסיפו לדאבה עוד.
עפעס בערך אזוי געדענק איך איז דער אידישער נוסח וואס מ'זאגט ווען איינער שטארבט, די מנהג צו רעדן וועגן פאטסטעפס און מאלעסטעישין געדענק איך נישט זאל זיין דערמאנט אין נטעי גבריאל.
דער אידישער מנהג ווערט דערמאנט אין א ספר דורך א געוויסער פוסק מיט'ן נאמען ר' משה מימון:
"כל הפורשין מדרכי ציבור, והם אנשים שפרקו עול המצוות מעל צוארן ואין נכללין בכלל ישראל בעשיית המצוות ובכבוד המועדות וישיבת בתי כנסיות ובתי מדרשות, אלא הרי הם כבני חורין לעצמם כשאר האומות, וכן האפיקורסין והמומרים והמוסרים, כל אלו אין מתאבלים עליהם. אלא אחיהם ושאר קרוביהם לובשים לבנים ומתעטפים לבנים ואוכלים ושותים ושמחים, שהרי אבדו שונאיו של מקום." (הל' אבלות, פ"א ה"י)
כמובן דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי אזעלכע וואס באטראכטן אפיקורסים אלס נארמאלע געזונטע מענטשן וואס האבן בוחר געווען פון זייער אייגענעם פארשטאנד זיך אפצוטיילן פון כלל ישראל, אבער ביי די וואס באטראכטן זיי אלס סתם חולי נפש, זיי זענען מחוייב געהעריג צו מתאבל זיין.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:07 pm
דורך גנדי
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:10 pm
דורך לעיקוואד
נו סאו ווען איז די סעודה וואס די משפחה מאכט? לאדענען זיי איין געסט? אויב זיצן זיי שבעה איז טייטש זיי פסקנען נישט די הלכה אין די פאל. ממילא אינו ענין.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:16 pm
דורך איך אויך
קעי איך זעה איך האב טאקע צומישט צווישן דיאנגליאו מיט ענגעלמאן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:17 pm
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:נו סאו ווען איז די סעודה וואס די משפחה מאכט? לאדענען זיי איין געסט? אויב זיצן זיי שבעה איז טייטש זיי פסקנען נישט די הלכה אין די פאל. ממילא אינו ענין.
כנראה דאס איז די מחלוקת צווישן די משפחה און די קאמענטירער דא. די משפחה האלט אז ער איז נישט געווען געזונט בעת די קאמענטירער זענען בדעה אז יא.
אדער אפשר איז עס א ספק און מען איז מקיל אויף די גרויסע הוצאות פון די סעודה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
גנדי האט געשריבן:עס איז נישט קיין עירוב. ביידע זענען געווען באשריבען אין איין ארטיקעל. גוגל קוקט אויף קי ווארדס.
דא איז די ארטיקל. ליין. הער. וועט קלאר ווערן.
גערעכט, איך זעה יעצט, (
דא). זיין מעשה גייט אויף א מקווה מיט אן אומבאקאנטע פארשוין, נישט אויף הרב רייכמאן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:21 pm
דורך יאיר
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:פארוואס פארקירעווען מיין אויפריכטיגע נקודה? פוטסטעפס זאגט זיי שטעלן צו עמאציאנאלע און פיזישע סופארט פארן או טי די געמיינדע. דאס נישט מצליח זיין פון אפהאלטן זייערע מיטגלידער פון באגיין דאס ערגסטע פאדערט אן אויספארשונג. אזש נעכטן האבן זיי אין א פראפאגאנדע ארטיקל אין טיימס געשריבן זיי פאנדרעיזן איבער 850,000 א יאר. וויפיל פון די געלטער ווערן באנוצט אויף קריזיס קאונסלינג פאר פארברויכנדע מעמבערס אנשטאט פארשווענדנע באנקעטן פאר פי אר צוועקן?
מען וואלט טאקע געדארפט אנהייבן מאכן סדר אין די אלע צדקהה ארגאניזאציעס ווי פוטסטעפס, עי טיים, כולל שומרי החומות, און זיכער מאכן אז דאס געלט ווערט פארנוצט פאר וויכטיגע צוועקן און נישט אנצושטאפן די טאשן פון די אנפירער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:39 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:נו סאו ווען איז די סעודה וואס די משפחה מאכט? לאדענען זיי איין געסט? אויב זיצן זיי שבעה איז טייטש זיי פסקנען נישט די הלכה אין די פאל. ממילא אינו ענין.
כנראה דאס איז די מחלוקת צווישן די משפחה און די קאמענטירער דא. די משפחה האלט אז ער איז נישט געווען געזונט בעת די קאמענטירער זענען בדעה אז יא.
דה.
דארף מען חוקר זיין אין אזא פאל אויב הולכים בתר המנחם או בתר המנוחם.
אבער סנישט שיין צו מאכן וויצען אויפ'ן חשבון פון איינעם אנדערש'ס טראגעדיע.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:58 pm
דורך יאיר
אמת, לעיקוואד. זעט אויס אז אונזערע הערצער זענען שוין געווארן פארהארטעוועט פון די פילע דיסקוסיעס איבער די נושא, און מען באטראכט דאס גאנצע ענין מיט א גלייכגילטיגקייט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:10 pm
דורך אחד העם
גאט ברוך הוא ווישט זיך די טרערן און מיר וויצלען זיך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:25 pm
דורך shem-tov
לאמיר האפן אז ... וועט יעצט כאטש באקומען עפעס ממשתדיגע הילף.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:05 pm
דורך מאיר
הוגה האט געשריבן:עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן כלל ישראל מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
דאס איז סתם עניית... כאוולתו. אבער עס איז באמת א טרויער פאר די משפחה און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
.
א מנין ביי כלל ישראל איז כמעט גארנישט רעלעטיוו א מנין ביי "פודסטעפס"
די קענסט נישט לייקענען די פאקט אז ביי די פרייע איז דא אסאך מער זעלבסט מארד ווי ביי רעליגעזע.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:11 pm
דורך גנדי
מען קען נישט וויסען. ווייל פאר ריליגיע סיבות. ווען איינער טאנצט אראפ פון דאך זאגט מען ער איז געפאלען ווייל מען זאל אים מעגן באגראבען געהעריג.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:17 pm
דורך berlbalaguleh
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:וואס עפעס מאלעסטעד? זיין משפחה און טעראפיסטן וואס האט איהם באהאנדלט זאגן ער'ז נישט מאלעסטעד געווארן. עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן פוטסטעפס מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
צי ער איז יא, אדער נישט געווארן מאלעסטעד, דאס דארף אויסעפארשט ווערן. (נישט דורך צודרייטע חיות, און סיקאו'ס ווי נחום הידוע. נאר דורך נארמאלע, נייטראלע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אגענדא.). נאר דאס האט גארנישט צו טון מיט "פוטסטעפס". טראצדעים וואס רבינו הגה"ק שליט"א האטציי דערמאנט לרעה אין זיין כל נדרי דרשה...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן כלל ישראל מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.
דאס איז סתם עניית... כאוולתו. אבער עס איז באמת א טרויער פאר די משפחה און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
.
איך האב איין טענה צו דיר. דו האסט נישט געלייגט קיין "קואוטעישן מארקס". קענענדיג א ביסל דיין הילוך המחשבה האב איך גלייך געזעהן אז עפעס שטימט דא נישט. נאר מיין הארץ האט פארפעילט א קלאפ. בבחינת שטן שאמר לשרה אמנו שהבן יחיד שלה "נשחט, כמעט" אבל בנתיים פרחה נשמתה...!