בלאט 2 פון 2
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:04 pm
דורך שפילער
דו שרייבסט גראדע גוט אדער גיט איך בין נישט זעכער...
דו דארפסט שרייבן "אז איך האב נישט גיט געשריבן
*ווייזן
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:14 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער: די טעותים פון אויסמישן "אין" און "און" אדער "גוט" און "גיט" איז ליידער זייער שטארק פארשפרייט ביים המון עם. זינט מ'האט אויפגעהערט צו לערנען אידיש שרייבן און ליינען אין חדר. אזוי ווי אין מיינע צייטן אלס חדר יונגל.
"מעיר" זיין דארף מען נישט טוישן צו "מאיר" זיין. דאס איז פון לשון "הערה"...!
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:38 pm
דורך לייביששרייבער
מע"כ האט געלערנט ביי ר' חיים ארי בראווער ז"ל ?
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:55 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: ניין. איך ווייס ניקס ווער דאס איז. מסתמא א מלמד אין די סאטמאר'ע ת"ת אין ניו יארק. איך האב דארט קיינמאל נישט געלערנט. מיין רבי איז געווען ר' זלמן בינער ז"ל.
צו באשרייבן דעם מענטש און זיין פערזענליכקייט פאדערט זיך צו האבן די שרייבערישע טאלאנט פון , לאמיר זאגן א לייביששרייבער...!
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:57 pm
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:55 pm
לייביששרייבער: ניין. איך ווייס ניקס ווער דאס איז. מסתמא א מלמד אין די סאטמאר'ע ת"ת אין ניו יארק. איך האב דארט קיינמאל נישט געלערנט. מיין רבי איז געווען ר' זלמן בינער ז"ל.
צו באשרייבן דעם מענטש און זיין פערזענליכקייט פאדערט זיך צו האבן די שרייבערישע טאלאנט פון , לאמיר זאגן א לייביששרייבער...!
האט ער צובראכן דיין טיים-אוט מיט א שטיין, פארשטייט זיך מיט א דרשה צו ווערן פארשעמט אין פארנט פון די גאנצע קלאס ?
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:40 am
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: פונקט די פארקערטע. ער איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט אכזריות. אפילו נישט מיט קיין ווערבאל ווייאלענס. ווי זאגן שרעקעדיגע דרשות און סטראשונגען. אייביג מיט ווייכע רייד. און א שמייכל. וואס האט צושפיעלט די קינדערישע פאנטאזיע אין א פאזיטיוון וועג.
איך האב אויך געהאט א (סאבסטיטוט) מלמד וועלכער האט געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך א יונגל וואס האט לדעתו "ווידערשפעניגט". ער איז געקומען צו די דעסק פון דעם זינדיגן יונגל און אים געשטויסן אין זיינע "טהייס". איך בין געווען א "גוטער" קאסטומער. זייענדיג א שטיקל "דווקא'ניק".
איינמאל ווען מיין מאמע האט געזעהן די "פלעקן" אויף מיינע פיס האט זי געפרעגט ווער ס'האט מיר געמאכט די בלעק ענד בלו מארקס. איך האב געזאגט...די רבי. וואס מיינסטו איז געווען מיין מאמע'ס רעאקציע? זי האט נישט געזאגט אז זי גייט צו די פאליס אדער טשיילד עביוז. וואס האט נאך דאן נישט עקזיסטיערט. איהר ענטפער איז געווען קורץ און שארף...מסתמא האסטו עס פארדינט...!
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:13 am
דורך לייביששרייבער
יא יא. די מאמר רעזינעיט מיט מיר זייער שטארק
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 6:00 am
דורך הגאון הצדיק
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:14 pm
"מעיר" זיין דארף מען נישט טוישן צו "מאיר" זיין. דאס איז פון לשון "הערה"...!
איך קען זייער גיט לשה"ק און איך וואס וואס איז די חילוק פון מעיר און מאיר איך האב בדווקא אזוי געשריבן ווייל אמאל (צום ביישפיל דא) איז די הערה וואס יענער שרייבט מיך איז א הארה פאר מיר אז איך וועל קענען בעסער שרייבן אידיש