יין שרף האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag] פארוואס ר׳ בערל פינק האט עס פונקט געקויפט ווייסט יעדער איינער (עכ״פ קען מען זיך פארשטעלען) די מציאות איז געווען אז אין section B אין די ווייבער שוהל, דארט ווי די שבת אחים ווערט געפירט איז ממש נישט געווען קיין פלאץ. און אפילו יעצט מיט פארענטשעס פון אלע דריי זייטן איז אויך שוין נישטא קיין פלאץ.
אוודאי איז ר׳ משה ממש א סעמפל בדורינו פון א מנהיג וואס איז א סבלן ונעים הליכות, ער זאגט טאקע זייער rare שטרענגע אדער שארפע זאכן, און אפילו ווען יא זאגט ער עס מיט זיין באקאנטן שמייכל...
לגבי זיין ידיעה אין עוועלוציע, זאגט ער עס קלאר אין איינע פון די שיעורים אויף אמונה אין ענגליש, ער איז בעסיקלי מסביר וואס די טעאריע איז, און פארוואס עס איז נגד התורה.[/justify]
נו אמת עס איז נישטא קיין פלאץ, אבער אין אסאך צאמקומענושען איז נישטא קיין פלאץ, און מען טרעפט אנדערע עצות. פארענטשעס לייגט מען נאר פאר אייין איינציגע סיבה. עס האט גארנישט מיט חוסר מקום איינגעלייגט.
איך האב געמיינט צו זאגען אז עס לייגט זיך נישט ביי מיר ער זאל האבן געזאגט דער ווארט פארן בעלזער למשל, אדער האבען א פראבלעם באזוכען ביי עפעס א רבי, הגם איך ווייס נישט צו עס איז געווען צו נישט, ואם קבלה הוא נקבל.
כ'האב געהערט די שיעור וואס דו רעדסט פון, דאס הייסט נישט קענען עוואלאציע, וואס דאס איז ווייסט יעדער, און סך הכל צו זאגען אז מיר האלטן נישט דערפון ווייל אין חומש שטייט אנדערש איז נישט עפעס א גרויסער חכמה.