בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:02 am
דורך אויסגערוט
יין שרף האט געשריבן:[justify][tag]אויסגערוט[/tag] הגר״ש לעזער איז א צאנזער חסיד טאקע דורך זיין טאטע מיטן בענד-דאון היטל... זיי זענען שוין דורי דורות צאנזער חסידים, וואס האבן זיך נישט קיין טראפ אוועקגערירט פון מנהגי צאנז (אקעי א טראפ אפשר יא...) הן בנוסח הן במנהגים. און ער איז טאקע דער וואס פירט אן די הקפות שמיני עצרת בייטאג נאכן דאווענען אין אמונת ישראל.[/justify]
ער איז א צאנזער אזויווי איך בין א חרן'ער. איך קען אים פערזענליך און ער איז אן עכטער "מוני"
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:07 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:15 am
דורך רויטע וואנצעס
די אנטענע איז שוואך געווען ביי מיר. ערשט געכאפט אז די קעפל איז א שטיק קונסט, "ויאמינו" איז מלשון "מאניס".
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:21 pm
דורך לעיקוואד
שפתים ישק האט געשריבן:שפתים קישאקTM!
[tag]יין שרף[/tag],
סאו גיימיר צוריק קיין אייוועלט? מען טאר שוין נישט זאגען קיין ביקורת דא אויך נישט? איינער קלאפט דען אראפ? עס איז זייער א שיינע ארטיקל כל הכבוד דאך איז די הערה גילטיג. קיינער זאגט נישט מען זאל נישט שרייבען מען זאגט נאר אז איך ווייס נישט וואס פעלט אויס צו שרייבען אזוינע נוסחאות וואס יעדער איינער כולל דער שרייבער אליינס ווייסט עס איז נישט ריכטיג. טאקע אויב וואלט דא געווען א פארום פאר חרדישע קינדער וואלט איך רעקאמענדירט שרייבן אזוי, איך קלער נאר אז דא דרייען זיך ערוואקסענע בעלי דעת.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:27 pm
דורך לעיקוואד
אחד העם האט געשריבן:איך האב אויך געזעהן דעם דערציילונגען פון צדיקים נוסח, סהאט מיר נערווירט, אבער כמיין אז דערציילונגען פון צדיקים זעלבסט וואלסטו אויך באשריבען אויף א דערציילונגען פון צדיקים סטיל?!, רבי משה איז א ליווינג דערציילונגען פון צדיקים... און נאר אויף דעם נוסח איז ער באשרייבאר, עכ"פ לדעתי.
יין שרף מיט אלע מעשית, good jod!
פארוואס, ר משה איז טאקע א צדיק אבער טאמער וויל מען עם דיסקוסירען עם מיט זיין קהילה אויף א ביקורתדיגע אופן קען מען טאקע מסביר זיין ווי ער לעבט בנוסח דערציילונגען פון צדיקים בתוך אמעריקע, און וויאזוי דאס ארבעט די גאנצע דינאמיק, ועוד כהנה. מען דארף נישט וועגן דעם אליינס אריינפארען אין ערציילונגען לאנד.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:29 pm
דורך איך אויך
מצד שלישי לעיקוואד קען מען נישט עקספעקטן יעדער זאל אלעס זעהן און אנקוקן פונקט מיט די זעלבע גלעזער סאו טשיל אאוט.
אויב מען דארף צוריק גיין קיין אייוועלט איז עס מכוח דאס אז ריכטיגע
ריפארמער קליפס קענען דא ווערן געשטעלט באין פוצה פה ומצפצף און אפילו נאכדעם וואס מען באריכט עס איז עס קאי וקיים ,אבי מען באקומט צוריק א מעסעדש אז דער באריכט איז 'מסודר געווארן' אבער מיר די פשוטי הניקס זעהן נישט מיט וואס עס איז מסודר געווארן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:31 pm
דורך לעיקוואד
יין שרף האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag] פארוואס ר׳ בערל פינק האט עס פונקט געקויפט ווייסט יעדער איינער (עכ״פ קען מען זיך פארשטעלען) די מציאות איז געווען אז אין section B אין די ווייבער שוהל, דארט ווי די שבת אחים ווערט געפירט איז ממש נישט געווען קיין פלאץ. און אפילו יעצט מיט פארענטשעס פון אלע דריי זייטן איז אויך שוין נישטא קיין פלאץ.
אוודאי איז ר׳ משה ממש א סעמפל בדורינו פון א מנהיג וואס איז א סבלן ונעים הליכות, ער זאגט טאקע זייער rare שטרענגע אדער שארפע זאכן, און אפילו ווען יא זאגט ער עס מיט זיין באקאנטן שמייכל...
לגבי זיין ידיעה אין עוועלוציע, זאגט ער עס קלאר אין איינע פון די שיעורים אויף אמונה אין ענגליש, ער איז בעסיקלי מסביר וואס די טעאריע איז, און פארוואס עס איז נגד התורה.[/justify]
נו אמת עס איז נישטא קיין פלאץ, אבער אין אסאך צאמקומענושען איז נישטא קיין פלאץ, און מען טרעפט אנדערע עצות. פארענטשעס לייגט מען נאר פאר אייין איינציגע סיבה. עס האט גארנישט מיט חוסר מקום איינגעלייגט.
איך האב געמיינט צו זאגען אז עס לייגט זיך נישט ביי מיר ער זאל האבן געזאגט דער ווארט פארן בעלזער למשל, אדער האבען א פראבלעם באזוכען ביי עפעס א רבי, הגם איך ווייס נישט צו עס איז געווען צו נישט, ואם קבלה הוא נקבל.
כ'האב געהערט די שיעור וואס דו רעדסט פון, דאס הייסט נישט קענען עוואלאציע, וואס דאס איז ווייסט יעדער, און סך הכל צו זאגען אז מיר האלטן נישט דערפון ווייל אין חומש שטייט אנדערש איז נישט עפעס א גרויסער חכמה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:13 pm
דורך אחד העם
לעיקוואד האט געשריבן:אחד העם האט געשריבן:איך האב אויך געזעהן דעם דערציילונגען פון צדיקים נוסח, סהאט מיר נערווירט, אבער כמיין אז דערציילונגען פון צדיקים זעלבסט וואלסטו אויך באשריבען אויף א דערציילונגען פון צדיקים סטיל?!, רבי משה איז א ליווינג דערציילונגען פון צדיקים... און נאר אויף דעם נוסח איז ער באשרייבאר, עכ"פ לדעתי.
יין שרף מיט אלע מעשית, good jod!
פארוואס, ר משה איז טאקע א צדיק אבער טאמער וויל מען עם דיסקוסירען עם מיט זיין קהילה אויף א ביקורתדיגע אופן קען מען טאקע מסביר זיין ווי ער לעבט בנוסח דערציילונגען פון צדיקים בתוך אמעריקע, און וויאזוי דאס ארבעט די גאנצע דינאמיק, ועוד כהנה. מען דארף נישט וועגן דעם אליינס אריינפארען אין ערציילונגען לאנד.
אשפגתי... ערציילונג לאנד... מיינסט אפשר 11211 אדער וואס...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:28 pm
דורך ונבנתה העיר
ר"מ וואלפסאן (צענטער) און זיין איידעם ר"מ זילבער ביי דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 6:35 pm
דורך וחלופיהן
דאס קעפל כי סמך משה איז פוסל את הראשונים און א זלזול אין משה רבינו. משה רבינו האט סומך געווען יהושע און נישט זיינע זונען און איידעמעס. זעט אויס ר' משה מיט זיינע לאנגע דאווענענס איז פארבעלנדעט געווארן פון די חסידים און זייערע רביס און זיך געלערנט פון זייערע מעשים טובים. על הראשונים אנו מצטערים דארפן מיר האבן נאך?
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:41 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
יין שרף האט געשריבן:[justify]
[b]וילך מש"ה
אזוי ווי "אמונת ישראל " איז מיט די יארן שוין געווארן א געהעריגע קהילה, מיט א חלקה אין ביה"ח וכדו', ווי אויך פארמאגט ער שוין "אמונת ישראל" שטיבלעך און ירושלים, ביתר, מאנסי, און לעיקוואד און נאך, אויך א באקאנטע חבורה בחורים אין ארץ ישראל. ליידט ער אביסל פרעשור פון די גבאים אז מען דארף זיך צו שטעלן אביסל דיפלאמאטיש מיט אנדערע קהילות וחסידות, ווי למשל גיין באזוכן רבנים וכדו'. איין אדמו"ר וואס ער קען שוין יארן און ער גייט אים כסדר באזוכן, אבער זיין ברודער האט נישט דארט געוואוינט ממילא האט ער אים קיינמאל געקענט, אבער די גבאים האבן אסאך פארפירט אז ער מוז יענעם אויך גיין באזוכן פאר פארשידענע פארשטענליכע סיבות, האט ער געזאגט "איך קען אים נישט און ער נישט מיר, פארוואס זאל איך גיין"? אבער פארשטייט זיך אז ער האט נאכגעגעבן און געגאנגען.
ווען ער האט באזוכט ביי אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן אויפבוי פון זיין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, האט די בעלזא רב כדרכו אים ארומגענומען ווייזן די נייע ריזן בנין אזוי ווי ער האט געטוהן דעמאלס צו אלע רבנים, און צוגעוויזן די גאנצע צייט "די טיר פירט צו די היכל" און "די טיר איז די חדר" וכדו', רבי משה האט נישט געהאט צופיל נערווען דערפאר האט ער געפרעגט "און ווי איז די טיר וואס פירט אויף ארויס"...? די חידוש פון די מעשה איז אז בעלזא רב איז אים נאך אלץ מכבד...
----------------------------------------------
!"[/justify]
די מעשה איז בכלל נישט אמת...
די בעלזער האט איהם בכלל נישט ארום געפירט אין די בית המדרש ער האט נאר דריי מענטשן געוויזן בכבודו ובעצמו דער שווער דער וויזניצער רבי אין דער גערע רבי אין הרב עובדי' יוסף
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 7:43 pm
דורך יין שרף
זורח האט געשריבן:ווי זאגט ר' משה וואלפסאן זאל געזונט זיין לאויוש"ט: "א יוד וואס ברענט נישט אין אים קיין ליבשאפט צו ארץ ישראל איז נישט געזונט אויפן מאגן ער דארף גיין פאר א באזוך צום דאקטאר"
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 10:23 am
דורך שמן למאור
אן אפגעפארענע אייניקל פון ר' משה וואלפסאן אויף אן אינטערוויו.
https://youtu.be/L1MZzufuErg
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 1:09 pm
דורך סקעפטיקער
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
סקעפטיקער האט געשריבן:
מה שמה?
ווייסבערגער
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 7:33 pm
דורך ליימדארפער
ר' משה גייט נאך היינט קיין ליובאוויטש?
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
היוצא לנו מזה: די לעקציע וואס מ'קען ארויסלערנען פון דעם גאנצן מצב. אז א מענטש זאלל זיך נישט אויפהייבן העכער פון א יעדן. ער זאלל נישט פרובירן איינרעדן פאר זיך און פאר די וועלט אז ער האט געטראפן א נייעם אייגנארטיגן דרך אין עבודת ה',.
קיין שום בשר ודם האט נישט קיין גאראנטי אז אויב ער וועט זיין פרומער ווי די וועלט וועללן זיינע קינדער נאכגיין אין זיינע דרכים...!
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:47 pm
דורך ליימדארפער
berlbalaguleh האט געשריבן:היוצא לנו מזה: די לעקציע וואס מ'קען ארויסלערנען פון דעם גאנצן מצב. אז א מענטש זאלל זיך נישט אויפהייבן העכער פון א יעדן. ער זאלל נישט פרובירן איינרעדן פאר זיך און פאר די וועלט אז ער האט געטראפן א נייעם אייגנארטיגן דרך אין עבודת ה',.
קיין שום בשר ודם האט נישט קיין גאראנטי אז אויב ער וועט זיין פרומער ווי די וועלט וועללן זיינע קינדער נאכגיין אין זיינע דרכים...!
דער אוהחה''ק שרייבט דאס קלאר, אז אויסער וואס א מענטש גלייבט צוליב מסורה, דארף ער זיך אליינס איבערצייגן אין וואס ער גלייבט אז 'ער' וויל עס.
ווען קינדער האבן זייערע אייגענע בחירה אויסצואוועלן וואס זיי ווילן, וועלן זיי דאס אנהאלטן.
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:57 pm
דורך צקון לחש
wow
(א מאדנע טעות נאר דאס וואס זי זאגט אז מען 'ווארשיפט' איר זיידע)
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 9:51 pm
דורך וואלווי
צקון לחש האט געשריבן:
wow
(א מאדנע טעות נאר דאס וואס זי זאגט אז מען 'ווארשיפט' איר זיידע)
זי באווארענט תיכף אז ס'נישט די בעסטע אויסדריק און אז זי מיינט צו זאגען אז זיי follow'ן זיין פירערשאפט
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א
נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 12:07 am
דורך [NAMELESS]
תורה תורה חגרי שק!
ליידער האט די וועלט פארלוירן זקן גדולי ישראל און כלל ישראל זאגט ברוך דיין האמת די משגיח זצ''ל איז נסתלק געווארן אין הויכע עלטער פון 99 יאר
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א
נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 12:14 am
דורך יין שרף
בד"א. ער איז אראפגעפאלן אינדערהיים שבת קודש. און געווען אין א גוטע מצב נאכדעם. מוצשב"ק איז ער אריין אין שפיטאל.
Re: ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א
נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 1:15 am
דורך בן ישי
ברוך דיין האמת!