בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:06 pm
דורך איך אויך
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי לאנג מיר וועלן זיך נישט נעמען אין די הענט אריין, און אנפאנגען אריין צו געבן אין די זיסע קינדערלך, השקפה, ווארימקייט, א זיסקייט צו אידשקייט, א ברען צו יעדע דבר שבקדושה, וועלן מיר זיך ליידער מיזן פלאגן מיט די אידישקייט פון אונזערע קינדער.
עס איז אינה דומה א קינד וואס זעט ווי דער טאטע לאזט הייסע טרערן יוה''כ פארנאכט ביי ברכת הבנים, און די שמחה פונעם טאטען ביים טאנצען שמחה בית השאיבה, און ביי די הייליגע הקפות, און דאס התדבקות וואס דער טאטע האט זי זיין רבי, און זיין הידור במצות.... וכו' וכו וכו.....
צו א קינד וואס זעהט דעם טאטען משוגע ווערן מיטן טאג, און שעלטן דעם מאמען מיט כל הקללות האמירות בתורה... און וי ער זיצט אויפן כלי און האלט מיט די געים... בדחילו ורחימו .......
און ווילאנג מיר וועלן נישט פארלאנגן מינימום אקאונטעבילי פון אונזערע מוסדות, אורגאניזאציעס ,עסקנים ,פאנדרעיזערס ,דינערס ,גנבים וכו וועט זיך גארנישט טוישן.
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט איעדער וואס שנארעט פונעם פובליק געדארפט ארויסשטעלן א דין וחשבון פארען פאבליק אדער כאטשיק געבן א מעגליכקייט מען זאל עס אליינס נאכגיין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין אונטער שאק מיר האבן דא עידי ראי' אז די ארגנזאציע עזר לבחורים וואס האבן מיר שוין געברענט טרערן פון זייערע עימאשינעל ערשט האנטיגע מעשיות פון דא אין דעי ביהמד''ר 3 וואכן צוריק א בחור וכו' און ב''ה א דאנק אייערע הילף וכו' זיי האבן שוין מצליח געווען ארויסצוריקן גרעסערע נתינות פון מיר, איך וויל עס נישט גלייבן נישט דאס נעמען געלד באדערט מיר הרב בענעדיקט דארף דאך פרנסה וואס עס באדערט מיר איז דאס וואס מענטשען וגם אני בתוכם בארוהיגן זיך אז ב''ה מען נעמט קעיר,
די עיקר אבער באדערט מיר די דברים היוצאים מן הלב וויזוי מאכן זיי עס??
וואס קען איך טוהן אזעלכע חשובע אנגעזעהנע יונגעלייט מסלתה ומשמנה פון שטיבלינו זענען מעיד אויף די ארגסטע, רבותי לאמיר מאכן א ויצעקו אז איינער טרעפט בענעדיקט אדער האניג זאל מען עם פארהאלטן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:איך בין אונטער שאק מיר האבן דא עידי ראי' אז די ארגנזאציע עזר לבחורים וואס האבן מיר שוין געברענט טרערן פון זייערע עימאשינעל ערשט האנטיגע מעשיות פון דא אין דעי ביהמד''ר 3 וואכן צוריק א בחור וכו' און ב''ה א דאנק אייערע הילף וכו' זיי האבן שוין מצליח געווען ארויסצוריקן גרעסערע נתינות פון מיר, איך וויל עס נישט גלייבן נישט דאס נעמען געלד באדערט מיר הרב בענעדיקט דארף דאך פרנסה וואס עס באדערט מיר איז דאס וואס מענטשען וגם אני בתוכם בארוהיגן זיך אז ב''ה מען נעמט קעיר,
די עיקר אבער באדערט מיר די דברים היוצאים מן הלב וויזוי מאכן זיי עס??
וואס קען איך טוהן אזעלכע חשובע אנגעזעהנע יונגעלייט מסלתה ומשמנה פון שטיבלינו זענען מעיד אויף די ארגסטע, רבותי לאמיר מאכן א ויצעקו אז איינער טרעפט בענעדיקט אדער האניג זאל מען עם פארהאלטן
ס'איז די זעלבע מעשה מיט די הייליגע ארגאניזאציע "נחמת ישראל"...וד"ל. עזר לבחורים איז דער משל. נחמת ישראל איז דער נמשל...יא. איין חילוק איז יא דא. דער בעה"ב פון נחמת ישראל, נאכדעים וואס ער האט שוין ב"ה מקיים געוועין דעם מאמר חז"ל פון "ג' דברים מרחיבין דעתו של אדם" (אפילו ער האט נאר מקיים געוועין צוויי פון די דריי זאכן. וועלעכע, זאג איך נישט.) איז ער געוועין ביזי מיט שלעפן (אדער פעלשן) חתימות פון רבנים צו סטאפן ליפא'ס קאנצערט. משא"כ די רבנים ועסקנים החשובים וועלכע שטייען (אדער זיצן) אונטער די הייליגע ארגאניזאציע "עזר לבחורים" זארגן זיך נישט אז דער באשעפער,כביכול, קען ח"ו גיין באנקראט. אזוי ווי הרב פ"מ שליט"ע...
!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:29 am
דורך shem-tov
אוי צוריק צו די נושא פון בחורים און ישיבות און די בחורים ארגעניזאציעס. די חברה עזר בענעדיק האט איין ציל אז ווען איינער רופט זיין אפיס זאל ער יענעם שווארץ מאכן די יארן און אז דער באטרעפענדער זאל קיינמאל נישט אנקומען אין א ישיבה. בדוק ומנוסה ווי לאנג מקען זאגן אז צוויי טויזענט בחורים זענען אויפן גאס מאכט ער שיין פרנסה. פרוביר נאר צו קאלן זיין אפיס. קודם די אפליקעישאן פיס און נאכדעם די שרעקעדיגע ישיבות וואס ער אפערט דיר פון די וואס גיבן אים קיקבעקס. בשעת ער מאכט דיך צונער אז די ביסט שולדיג אויף דיין קינדס מצב און ווען ער ווערט געוואר אז די האסט געטראפן א ישיבה אן אים אוי ווארט נאר וואס ער טוט מיט דיר. און יא די רשעים האבן נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן פאר עלטערן ענדערש אויפן גאס ווי איידער יענע און יענע ישיבה אויב שטימט עס נישט מיט זייערע אגענדע.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:47 am
דורך shem-tov
איך פארשטיי נישט פארוואס פוטסטעפס נעמט נישט אויף א היימישן פאנדרעיזאר און הייבט אונז אויך אן מסביר זיין אז ער מיינט בלויז אונזער גוטס בלא בלא בלא רח"ל כזעה נישט די חילוק צווישן זיי און די אנדערע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:29 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט איך האב שוין עטליכע מאהל גערעדט מיט הרב בענעדיקט ער מאכט א רושם ווי א לייטישע יונגערמאן מיט א שטיק הארץ און געפיעל און די פאנדרעיזר'ס הרב גערטנער און האניג אויך פיינע יונגעלייט עס לייגט זית נישט אויפן שכל,
און פארוואס האט נאך קיין איינער נישט געמאכט א ויצעקו פארצוהאלטן די חברה, סוי מיר טוהן פארלאנגען פון הנהלת עזר לבחורים א הסבר
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 3:34 pm
דורך שעפטל
באמת האב איך שוין אפגעשריבן א פרישן ארטיקל... אבער איך טראכט נאך צו איך זאל דאס לייגן.
ברענג איך דאס ארויף צוליב די נעכטיגע פרשה!
טראץ וואס אסאך פרטים דא איז נישט נוגע יעצט, אבער די מציאות טוישט נישט
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]שעפטל[/tag] מיר ווארטן מיט דארשט, ארויף מיט די נייע!!
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 5:54 pm
דורך אהבת ישראל
קאך_לעפל האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:איך בין נישט קיין אלעס ווייסער, אבער לויט די עדס פון עזר לבחורים שטעלן זיי צו חבריתות. נישט קיין דזשאבס און זיכער נישט קיין קאלעדזש הילף.
ס'קען זיין אז יא, און אויב טאקע יא צוה איך צוריק און איך בעהט זיי איבער למפרע. און זאל מיין געבעט דא זיין אז דער בחור זאל זיך ווענדן צו עזר לבחורים. וועריפייטס די פאקטן און לייג ארויף זייער נאמבער!
סטאפ די סואיסייד און דיפרעסיע פון די געווארפענע!!!
ר' שעפטל איר האט זיך זייער גוט אויסגדרוקט "לויט ווי די עדס זאגן"
איך האב ליידער א משפחה קרוב, א זיסער ב'טעמט' ער בחור, וואס איז אריין געפאלן מיט גאר א שלעכטער מלמד, וואס האט נישט געהאט צו אים קיין איין טראפ נערוון, און ווען אימער ער האט נישט געקענט איינזיצן אין חדר, האט אים דער מלמד געהייסן קישן די ווענט פון קארידאר, אזוי ארום איז ער נעבאך פארוואנדעלט געווארן אלסס דער האל אינגעל, און דער טאטע האט נעבאך גארנישט געוויסט, ביז עפעס א פרעמדע מלמד האט פארציילט פארן טאטען, אז זיין זון איז מער אין די האל ווי אין חדר, מען האט גערעדט צום מלמד, און דער אפגעפליקטער טיפוש האט נאך גענפערט "וואס קען איך טאן? איך קען אים נישט הענדלן" די בהמה גסה.. אז די קענסט נישט אפשר איז דא איינער וואס קען יא? פארוואס האסטו נישט געקאלט דעם טאטען?
למעשה איז דער קינד נעבאך געווארן אפעקטירט, און מען האט זיך ביטער געפלאגט מיט אים אין ישיבה קטנה, וואס האט אים ביז גאר א קירצע צייט איידל געבעטען אז ער זאל גוט פארמאכן דעם טיר פון די צווייטע זייט.
מען האט אים בילת ברירה געמיזט איין שרייבן אין א ישיבה וואס גיבט זיך אפ מיט ספעציעלע בחורים, און דארט האט ער אויך נישט געהאט קיין תכלית, ווייל חוץ פרעסן געלט פון די עלטערן, און צווינגען די בחורים צו גיין נאך געלט צו קענען פארן קיין אמאן, האבן זיי גארנישט געטאהן, חוץ פון דעם האט דער ר''י בכבודו בעצמו זיך ערלויבט מהנה צו זיין זיין פארשאלטענעם עקלאפטיגען גוף טמא, מיט דעם צושאסענעם בחור, וד''ל.
עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז דער בחור איז געווען אויפן גאס, פטור געווארן פון די שוואנצן וואס הענגן אים לעבן אויער, דאס קאפ-דעק איז געווארן אביסל גרעסער ווי א האלבע איי..... און ער האט באקומען גוטע פרענדס וואס האבן אים מזכה געווען מיט נארעמהאפטיגע חשיש, און ער האט ענדליך געהיט די
או סי די קלאב, און דאס תפילין בייטל זיינער האט געזאמעלט שטויב....
דער מאמע האט נעבאך געמיינט אז זי ווערט משוגע פאר צער, זי האט אויסגעוואשען דאס קישען אירע מיט הייסע זודיגע קאכעדיגע טרערן נאכט נאך נאכט... און דאס מצב אין שטוב איז געווען נורא ואיום...
ווי אלעמאהל איז דאך דא גוטע פריינט וואס האבן ליב צו געבן גווטע עיצות.... נישט העלפן חלילה ווייל זיי זענען דאך פארנימענע מענטשען.... אבער שענקן פון זייער טיפזינגע חכמה זענען זיי יא גרייט, נאך נארדעצו ווען מען קען זיך אביסל שטילן דאס נייגער דארשט, און הערן וואס יענער גייט דירך...... האט מען איר געגבן א עיצה אז זי זאל זיך ווענדן צו עזר לבחורים..... איבריג צו זאגן..... א ארגענעזאציע ווי אלע ארגענעזאציעס..... קודם האבן זיי געוואלט וויסן ס'דא געלט???? וויפיל וועט מען קענען ארויסזייגען פון די משפחה? ביזן עקלערן אז מען קען שוין ליידער גארנישט טוהן, ווי נאר זיי האבן געהערט אז מען וועט נישט קענען זייגן די משפחה.... האבן די טעלפאן כעוואליעס מיטאמאהל אויפגעהערט צו ארבייטען... און מען האט געלאזט די מאמע הענגן מיט אירע צרות... און נישט געוואלט מער וויסן פון איר.......
עס איז א פלענע פארשטינקענע ארגענעזאציע מיט א שינע קליפ פון קאפי עלנבויגען.... זיי שטעלן צו א חברותא פאר א אראפגעפארענע בחור אויף א האלבע שעה אין טאג.... און בעטן דערפאר טבין ותקלין.... א 50גער געבן זיי אראפ פאר דעם יונגערמאן וואס זיצט מיטן בחור... און די איבריגע 500 לייגט מען אוועק פאר אפיקמן... און מען לויפט דערנאך ארום צו אלע קרובים פארציילן בסוד סודות אז מען האט געראטעוועט דעם בחור.... דעריבער שאי ידיכם קודש...... פוי און נאכאמאהל פוי און צום דריטן מאהל פוי.....
שפטל איז גערעכט דער בחור דארף גיין זיך לערנען א פאך... אויף די אייגענע הענט... חלילה צו גיין צו די אלע אפגעפליקטע ארגענעזאזיצעס וואס אויסער פרעסן געלט פון די מיואש'דיגע עלטערן זענן זיי גארנישט ווערט..... מען דארף זיי אלע אויסשאלטערן און זיי שיקן דארט ווי דער כהן גדול האט געשיקט דעם צווייטען ציגעלע יום הקדש....
"" חוץ פון דעם האט דער ר''י בכבודו בעצמו זיך ערלויבט מהנה צו זיין זיין פארשאלטענעם עקלאפטיגען גוף טמא, מיט דעם צושאסענעם בחור, וד''ל. איז דעס די היכל הקודש ישיבה ??? האט איר מברר געווען פארען שרייבען דע דברים חמורים וואס דער ראש ישיבה האט געטהון צי איז דאס אמת ???? אויב נישט זעטס דאס אויסצימעקען דאס איז הוצאת שם רע
Re: בחור, לאז געמאכט, גיי אן מיטן לעבן, שלא תמות כדרך שמת פל
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:24 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אהבת ישראל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:איך בין נישט קיין אלעס ווייסער, אבער לויט די עדס פון עזר לבחורים שטעלן זיי צו חבריתות. נישט קיין דזשאבס און זיכער נישט קיין קאלעדזש הילף.

ביטע פארמעק די פירזענליכע אטאקע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:01 pm
דורך מאנסי חסיד
פערצופאל איז הרב בענדעניק פון עזר הבחורים נאך פון די איינציגסטע פלעצער וואס איך שטיץ און ער האט עס געפראווד איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן א מעשה פון א בחור וואס האט געמאכט א עקסידענט טוטעל לאוסט אן לייסענס און דער בענדעניק האט אויסגעלייגט פון זיין טאש איבער $5000 און וועגן סאם ריזענס נאך דעי מעשה האט ער אפגעראטעוועט דעי בחור. כגלייב אז כל ישראל וואלט בעסער געשטאנען מיט נאך אפאר הרב בענדעניקעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:03 pm
דורך מאנסי חסיד
כבעיהט צום אייבערשטער אז כזאל נישט געפראווד ווערן דורך אנדערע ארגאניזאציעס. אבער כבין דעמאלץ געווען נתפעל פון דעים יוד