בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 3:50 pm
דורך נתן מנחם
די וועלט זאגט אז בן גוריון איז געגאנגען באזיכען א משוגעים הויז. ווי נאר ער איז ארייגעקומען גיבט איהם שלום א אידל און זאגט איהם איך הייס בן גוריון וויאזוי הייסט איהר? האט זיך אנגעהויבען א געפעכט ווער איז די אמת'ער בן גוריון. עד היום הזה ווייסט מען נישט וועלכער פון זיי איז ארויס.

כוכב טייערער איך האף אז די ביסט די ריכטיגע!

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:30 pm
דורך כוכב
איך בין ווידעראמאל מוחה נמרצה אויף דעם פאקט אז איינער פאררופט זיך כוכב אויף אייוועלט זיך באנוצנדיג מיט מיין נאמען. איך האב שוין פערזענליך פרובירט צו אינטערווינען ביי די ארטיגע הנהלה, איך האב מיך פארבינדן מיט'ן הויכגעשפריצטן געלעגער אבער אן קיין רעזולטאטן. איך בין נייגעריג צי עס וואלט אים געשמעקט ווען א מאן דהוא רופט זיך געלעגער אויף זיין נאמען.

איך וויל דא ציטירן וואס א חשוב'ער ניק שרייבט מיר אין אישי:

איך האלט אז דו קענסט און דארפסט עפעס טון צו די חוצפה פון אייוועלט וואס לאזן בשיטה נוצן ביי זיך ניק נעמען וואס זענען פאפולער דא אין ק''ש.

זיי האבן א כוכב און געפילטע פיש און נאך. זיי טון עס ווייל כלומרשט עקזיסטירט נישט א ק''ש. און זיי ווילן דאס קלאר מאכן מיטן דאס צו לאזן, ווייל אפילו צווישן 'נישט פריינד' זענען דא רולס וואס מרעספעקטירט, און ק''ש לאזט טאקע נישט נוצן ניקס פון אייוועלט חוץ אויב מפרואווט אז מאיז דער זעלבער מענטש. אזוי שטייט אין די שטאטוטן דא. אבער זיי האלטן דאס נישט איין ווייל וואס איז ק''ש?. נישטא אזא זאך.

אם עקש תתפטל, בעט די הנהלה זיי צו אנלערנען. און אז דו ווילסט קען איך שפילן שמעלקע טויב.
א חוצפה!!
וועסט פרעגן פארוואס איך מאך זיך משוגע, קודם האב איך יעצט צייט און שנית ביניך פריער דארט געווען און געליינט עפעס פון כוכב און ס'האט מיר געגרילצט, און אפילו פארגעסן אז איך בין אין א''וו נישט ק''ש. סיז א חוצפה וואס מטאר נישט פארשווייגן!


איך האב שוין געטון די עצה מיט א לאנגער צייט צוריק, איך האב מיך דא איינגעשריבן מיט דעם נאמען שמעלקא טויב, ומה נעשה אז אונזער הנהלה זענען ארנטליכע מענטשן און זיי האבן דאס נישט געוואלט באשטעטיגן.

א צווייטער ניק שרייבט מיר ווי פאלגנד:
ס'איז טאקע עקלהאפטיג. אבער דאס ווייזט נאר ארויס זייער שלעכטקייט און אראגאנץ. אנשטאט וויינען צו זיי אדער נקמה נעמען, קען מען בלויז עפענען אן אשכול דערוועגן און זיי באשמוצן. מיר קענען ממילא גארנישט טאן דערצו ואין כוחנו אלא בפה


זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל מקויים ווערן דער וילמדו תועים בינה בב"א.

Re: איך בין נישט כוכב, פעריאד

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
אפילו קרעטשמע האט זיך גערעכענט מיט מיר ווען איינער האט גע'גנבעט מיין ניק!!

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:58 pm
דורך איך אויך
דער 'פיריעד' איז לעצטענס א מעידשער איש מכובד דא סאו כ'וואלט עם נישט אזוי שנעל אוועקגעמאכט.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האלט אז באשמוצן וועט נישט העלפן. אזוי אויך האט עס א שיעור ביז וואו מ'דארף זיין ארענטליך, ווען איינער פאנטשט דיר אין די נאז אן אויפהער און דו בלייבסט שטיל איז עס ענדערש א סימן פון עפעס נישט זיין מיט אלעמען.. איך האלט אז העלפן וועט נאר אזויווי יענער ניק שרייבט צו מבטל זיין די רול פון נישט מעגן האבן סיי וואס פארא ניק מען וויל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:44 am
דורך זייגער
ראשעקאל האט געשריבן:אפילו קרעטשמע האט זיך גערעכענט מיט מיר ווען איינער האט גע'גנבעט מיין ניק!!


יענער שרייבט טאקע מער נישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:53 am
דורך ראש הישיבה
[tag]כוכב[/tag], איך וואלט מציע געווען אז דו זאלסט אויפנעמען א פי אר קאנסאלטענט. עס קאסט געלט, אבער זיי פארשטייען וויאזוי צו מאכן זיכער אז דער נאמען בלייבט ריין און נישט באשמוצט. ;)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:59 am
דורך כוכב
אפשר נאך מיינע גרויסע פארדינסטן פון פה סח וועל איך מיך קענען ערלויבן א קאנסאלטענט...

Re: איך בין נישט כוכב, פעריאד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:46 am
דורך עדיאל
איך פארשטיי נישט די קאטראווערסיע דא. איינער האט אן אדרעסס 666 בראדוועי אין מאנהעטן טאר א צווייטער נישט האבן די זעלבע אדרעסס אין ברוקלין?
אייוועלט איז מחוייב צו נאכקוקן אלע אידישע פארומ'ס פאר טאפלטע ניקס? קאווע שטיבל לחוד, ואייוועלט לחוד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:53 am
דורך מה הוא
יא דאס איז טאקע ווען עס איז עפעס א פארשטיפטע אדרעסס אבער ווען מען רעדט דא פון אזא שטארקע אויסגערופענע שטערנדל וואס אונזער "כוכב" איז דא ביי אונז באוויסט איז שוין אן אנדערע מעשה ווייל יענער האט עס נאר גענומען ווייל האט געוואלט אז מען זאל אים דארט אזוי ארויסקוקן ווי מיר קוקן ארויף אונזער כוכב דא.

Re: איך בין נישט כוכב, פעריאד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:00 pm
דורך עדיאל
מ'קען נישט איינשטעלן איפה ואיפה רעגולאציעס. אויב אין פרינציפ דארף איין פארום נישט נאכזוכן פרעצעדענטן פון אן אנדער פארום, דאן דארף מען דאס אפלייען צו אלע ניקים גלייך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
נו זאל מען דא אראפנעמען דעם פארבאט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:12 pm
דורך עדיאל
מסכים. איך רעזערוויר סאכדעס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:29 pm
דורך יונגערמאנטשיק
כוכב, איך שפיהר דיין ווייטאג. אבער זוכענדיג יעצט צווישן אייוועלט ניקס האב איך אנדעקט אז אייוועלט האט געהאט א ראש הקהל נאך אין 2011 און געפילטע פיש אין 2008 און אפילו א שעפטיל האבן זיי געהאט ביפאר קאווע שטיבל האט זיך געגרינדעד, אויב גייט מען מאכן אינטער-פארום תקנות, דאן גייט מען פארלירן גאר פאפולערע ניקס. לאז עס אזוי.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:53 am
דורך כוכב
איך וויל בעטן די הנהלה פון קרעטשמע ([tag]זייגער[/tag] ביזטא?) נישט צו ערלויבן יענעם משיג גבול זיך צו באנוצן מיט מיין סוקסעספולע ברענד "כוכב" וואס איך האב אויפגעבויעט מיט מיין דם התמצית. א דאנק.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 11:06 am
דורך איש את רעהו
כוכב האט געשריבן:איך בין ווידעראמאל מוחה נמרצה אויף דעם פאקט אז איינער פאררופט זיך כוכב אויף אייוועלט זיך באנוצנדיג מיט מיין נאמען. איך האב שוין פערזענליך פרובירט צו אינטערווינען ביי די ארטיגע הנהלה, איך האב מיך פארבינדן מיט'ן הויכגעשפריצטן געלעגער אבער אן קיין רעזולטאטן. איך בין נייגעריג צי עס וואלט אים געשמעקט ווען א מאן דהוא רופט זיך געלעגער אויף זיין נאמען.

איך וויל דא ציטירן וואס א חשוב'ער ניק שרייבט מיר אין אישי:

איך האלט אז דו קענסט און דארפסט עפעס טון צו די חוצפה פון אייוועלט וואס לאזן בשיטה נוצן ביי זיך ניק נעמען וואס זענען פאפולער דא אין ק''ש.

זיי האבן א כוכב און געפילטע פיש און נאך. זיי טון עס ווייל כלומרשט עקזיסטירט נישט א ק''ש. און זיי ווילן דאס קלאר מאכן מיטן דאס צו לאזן, ווייל אפילו צווישן 'נישט פריינד' זענען דא רולס וואס מרעספעקטירט, און ק''ש לאזט טאקע נישט נוצן ניקס פון אייוועלט חוץ אויב מפרואווט אז מאיז דער זעלבער מענטש. אזוי שטייט אין די שטאטוטן דא. אבער זיי האלטן דאס נישט איין ווייל וואס איז ק''ש?. נישטא אזא זאך.

אם עקש תתפטל, בעט די הנהלה זיי צו אנלערנען. און אז דו ווילסט קען איך שפילן שמעלקע טויב.
א חוצפה!!
וועסט פרעגן פארוואס איך מאך זיך משוגע, קודם האב איך יעצט צייט און שנית ביניך פריער דארט געווען און געליינט עפעס פון כוכב און ס'האט מיר געגרילצט, און אפילו פארגעסן אז איך בין אין א''וו נישט ק''ש. סיז א חוצפה וואס מטאר נישט פארשווייגן!


איך האב שוין געטון די עצה מיט א לאנגער צייט צוריק, איך האב מיך דא איינגעשריבן מיט דעם נאמען שמעלקא טויב, ומה נעשה אז אונזער הנהלה זענען ארנטליכע מענטשן און זיי האבן דאס נישט געוואלט באשטעטיגן.

א צווייטער ניק שרייבט מיר ווי פאלגנד:
ס'איז טאקע עקלהאפטיג. אבער דאס ווייזט נאר ארויס זייער שלעכטקייט און אראגאנץ. אנשטאט וויינען צו זיי אדער נקמה נעמען, קען מען בלויז עפענען אן אשכול דערוועגן און זיי באשמוצן. מיר קענען ממילא גארנישט טאן דערצו ואין כוחנו אלא בפה


זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל מקויים ווערן דער וילמדו תועים בינה בב"א.


גראדע האב איך יעצט געזען אז עמיצער האט געגנבט די ניק פון 'געלעגער' און באניצט זיך דערמיט אויף קרעטשמע און דערווייל הערט מען נאכנישט אזעלכע צעקות פון 'געלעגער' אז מען באניצט זיך מיט זיין נאמען אין אנדערע מקומות
קוקט אויס אז סנישט אזא פארברעך אין זיינע אויגן

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:31 pm
דורך כוכב
ס'איז דער זעלבער געלעגער פון אייוועלט נישט גע'גנב'ט.
נניח, אז נישט, וואס ביזטו מוכיח, אז מיר באדערט עס נישט?!

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:46 pm
דורך קאווע טרינקער
איך ערלויב יעדע פארום צו עקסעפטען א ניק קאווע טרינקער.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:48 pm
דורך געוואלדיג
חכם, וועט דען איי וועלט לאזן אזא ניק וואס קען ברענגען מחשבות זרות חלילה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:29 pm
דורך איש את רעהו
כוכב האט געשריבן:איך וויל בעטן די הנהלה פון קרעטשמע ([tag]זייגער[/tag] ביזטא?) נישט צו ערלויבן יענעם משיג גבול זיך צו באנוצן מיט מיין סוקסעספולע ברענד "כוכב" וואס איך האב אויפגעבויעט מיט מיין דם התמצית. א דאנק.


איך זעה אז כוכב האט דארט א שטארקע ווארט אויף די הנהלה.