אבער מיט די ביטערע זיך באפאסן
די געפילן עס רייסן
שטעכן און בייסן
אוממעגליך זיך ארויסרייסן
פון אירע שווערע קייטן
מען רצח'עט, מען שיסט
בלוט זיך עס גיסט
קינדער אויפן מאמע'ס ברוסט
נאס פון די טרערן וואס פליסט
ליבער, די לעצטע קוש דו קריגסט
אוי, רויט דער ארום
טויטע קערפערס אומעטום
אוי, מוחות אן קיין קרום
דער יצירה, שטום
אוי, דער געפיל פארברענט דער יקום
ווען א טראגעדיע פאסירט
דער געפיל פארפירט
צושוידערט און דערשראקן מען שפירט
ביז טרערן גערירט
אוי דער געפיל עס בריט
פאר ליבשאפט פאר'שיכור'ט
דער געפיל ציט מיט קראפט
ווען דער ליבלינג מען פארלירט
אוי, עס קרענקט די בענקשאפט
די נאסטאלגיע, די זינען רירט
גאט,
דערהייבן דער געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל, לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשינו
הארצרייסנד: פרישע טעראר אטאקע אין ירושלים - צוויי טויט
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
באמת, קומט זיך פאר די לעכטיגע שרה'לע א ספעציעלע קינה, מען דארף נישט צופיל ארבייטען אויפן געפיל...אבער געוואלד דאס עצלות, מיט שטימע שרייענדע קולות וועל איך צו מיר איבערחזרען מיין בקשה צו גאט:
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
די הארצרייסענדע ווערטער פונעם זיידען געמישט מיט טרערן לאזען מיך נישט אפ ווי ער לייגט אראפ וויפעל יארן די טאטע מאמע האבען געווארט אויף קינדער און זענען ענדליך געהאלפען געווארן, זיי זענען געגאנגען צום כותל צו אפגעגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטער פאר דאס קינד און געכאפט א בילד פונעם אויסגעבטענע קינד אויפען וועג אהיים אראפקומענדיג פונעם באן קומט א אראבער אן על חרביך תחיה׳ניק און פארט אריין אין קעריזש פונעם קינד פונעם זעץ איז זי געפלויגען 15 פיס אין די לופט און געלאנדעט מיט קאפ אראפ אויפען שטיינערנעם פלאר און קורץ דערנאך אויסגעהויכט די נשמה הי״ד
די לעצטע בילד ביים כותל
די לעצטע בילד ביים כותל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 502
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל