בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:43 pm
דורך כוכב
ווילסט מיר זאגן דער חזון איש האט פלאגיאירט?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:03 pm
דורך מילכיג
ש'כח יידל.
כוכב האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן דער חזון איש האט פלאגיאירט?
פארוואזשע נישט? ער'ט זיך פארלאזט אז מעט כאפן פון ווי דאס קומט. [נישט דאס קומט ער דארט "מחדש" זיין - עי"ש].
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:21 pm
דורך געוואלדיג
מעג איך אליין אויך זיין א חכם און זאגן א דבר בשם אומרו אני הקטן אדער נאר פון יענעם?
לגופו של ענין
שמעתי ממני הקטן מה שאמרתי לעת עתותי ערב:
איך בין נאר א מענטש, און צומאל דאס אויך נישט
והמבין יבין והמשכיל ידום
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:56 am
דורך געפילטע פיש
המלוכה והממשלה האט געשריבן:(פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא לשיטת די וואס האלטען אז רבנים זענען קאראפטעד און מ'קען זיי נישט גלייבן קיין איין ווארט. די וואס האלטען אז מ'קען יא גלייבן רבנים זענען דאך בכלל נישט אויף די אינטערנעט)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:25 pm
דורך לעיקוואד
די לעכערליכקייט פון פילוסופיה
(הניק נישט, באתר אייוועלט)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:43 pm
דורך בשבילי!
[tag]לעיקוואד[/tag] קעפל דארט געטוישט צו ''די אומקראנטקייט פון פיזיקס און סייענס''
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 6:08 pm
דורך כוכב
לעיקוואד האט געשריבן:די לעכערליכקייט פון פילוסופיה
(הניק נישט, באתר אייוועלט)
דאס קעפל האט מיר אויך פארשאפט הארצוויי ווען דער מאן דאמר בארירט נישט קיין ווארט איבער פיליאזאפיע און געוויס נישט איבער איר לעכערליכקייט, די אלע פוילע תירוצים דארט ווייזט נאר אויף דעם איגנאראנץ פון דעם אייוועלט קליענטעל.
אבער לו יצוייר אז ער וויל זיך באציען צו די לעכערליקייט פון פיזיקס צוליב די גרייזן פון די פריערדיגע חכמים, איז אויך אן אומריכטיגע פערספעקטיוו, אדרבה דאס ווייזט אויף די אויפריכטיגקייט פון דער וועלט פון סייענס אז אלע גרייזן ווערן באזייטיגט מיט דער צייט. אויך לגבי תורה להבדיל זאגן אונזערע חכמים, אז אין אדם עומד בה אלא אם כן נכשל בה, דאס איז אן עלעמאנטארע פונדאמענט פון לערנען יעדע חכמה אבער צייגט ווייט נישט אויף סיי וועלכע לעכערליכקייט נאר פונקט קאפויער, און ווי דער חזון איש שרייבט "אני מלא טעיות, פעם בגמ' פעם בסברא", און ווי ער פירט אויס איז דאס אים בכלל נישט קיין בושה ווייל עס איז נישטא קיין מענטש וואס ווערט ניצול פון טעותים.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:06 pm
דורך ונבנתה העיר

- IMG-20141219-WA0000__1419015645_66.87.116.179.jpg (21.86 KiB) געזען געווארן 3285 מאל
(חכם וסופר, איש עת"י, דען הערריס, אינעם
בוך פונעם יאהר-הונדערט 'צעהן פראצענט פרייליכער'.)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:59 pm
דורך כוכב
די דריטע דרשה איז געווען געווידמעט איבער דער טעמע פון "יהי כבוד חבירך חביב כשלך"; דאס טייטש, אז די לערערינס זאלן אליין מכבד זיין יעדע תלמידה. יעדעס קינד איז אן עולם מלא, א חלק אלוק ממעל. אודאי און אוודאי איז דער פליכט אויף די תלמידות צו האבן דרך ארץ "מורא רבך כמורא שמים" און ס'פארלאנגט זיך פון די תלמידות די העכסטע מאס רעספעקט און דרך ארץ פאר די לערערינס. אבער גלייכצייטיג דארפן די לערערין האבן די ריכטיגע הערכה און געבן חשיבות פאר יעדעס קינד באזונדער. און ווי חז"ל לערנען ארבעט עס ארויף צוריק און איז א שליסל-יסוד פאר דרך ארץ ווייל "איזהו מכובד המכבד את הבריות".
(ווארעמהארציגע דברים של טעם דורכאויס אן אינטערוויו מיט הרב בנציון פייערווערגער, מנהל בית רחל, געדרוקט אין "עשר תעשר", אן אויסגאבע לרגל דעם דינער השנתי פאר מוסדות סאטמאר.)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:50 pm
דורך ונבנתה העיר
עין חומד, נו נישט אלץ וואס גליסט זיך דארף מען נאכגעבן..
לעיקוואד
נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:11 pm
דורך יואב
"גאר מפורסם איבער דער וועלט איז ישיבת מיר מיט אירע עלטערע בחורים. כאטש ניט איינער פון זיי איז שוין א בן-ארבעים, איז שווער צו געפינען פאר זיי פאסיקע שידוכים. אדער דער נדן איז ניט גענוג גרויס פארן מירער'ס תורה, אדער די כלה איז צו אלט פאר זיין ייצר-הרע."
דער מייסטער אידישער שרייבער און דענקער חיים גראדע אין זיין מאסט-ריעד בוך "צמח אטלאס".
נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 4:51 pm
דורך געוואלדיג
רעדן איז מטרה, נישט קיין מיטל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:30 pm
דורך יואב
Rep. Nancy Pelosi (D-CA) recalled for The Washington Post that when she was new to Congress and opposed a bill restricting abortion, “one of the Republican members got up and said, 'Nancy Pelosi thinks she knows more about having babies than the Pope.'”
Responded Pelosi, who has five children: “Yeah. Yeah. That would be true
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 3:17 pm
דורך מאטי
מפי ניק חכם אחד בעילום שמו:
נאכן שרייבן אגאנצן טאג דברי חכמה ובינה, לויף איך אריין סוף טאג אינעם שמייכל פורום און פרוביר שרייבן עפעס א שטות, כדי אריינצוכאפן א לייק אדער צוויי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 3:23 pm
דורך געוואלדיג
איך האב פארשטאנען דיין רמז...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 7:06 pm
דורך ונבנתה העיר
א חבר מיינער האט שפאצירט ביים וואסער מיט א ציגארעטל, טרעפט ער אהן אן אכציג יאהריגער זקן וואס פראבירט צו פאנגן פיש, ווי יענער דערזעהט איהם רופט ער אויס צו איהם מיט גרויס דראמא:
[left]
How do you know?
Maybe there is a gigantic giant who spat, within his spit there are bacteria – we the people, which catch smaller bacteria – a.k.a. Fish, soon the spit will hit the ground and everything will be over...
EVERYTHING will be over!...
[/left]
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:36 pm
דורך יידל
ונבנתה העיר האט געשריבן:[left]
How do you know?
Maybe there is a gigantic giant who spat, within his spit there are bacteria – we the people, which catch smaller bacteria – a.k.a. Fish, soon the spit will hit the ground and everything will be over...
EVERYTHING will be over!...
[/left]
[youtube]
http://youtube.com/watch?v=uRtd2-58FK0[/youtube]
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:58 pm
דורך ונבנתה העיר
אה, [tag]יידל[/tag], געוואלדיג.
כ'האב אלץ געהאט אקוראט די זעלבע דמיון אויף מענטשן ווס. מורעטשקעס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:43 am
דורך [NAMELESS]
לא אסרינן לה מעצמינו, דמה שלא נאסר לא אסרינן, ''ואין הפקר באיסורין''
חידושי הגרי''ז נזיר כ''ג ע''א
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 1:57 pm
דורך שמעקעדיג
WOW
דאס דארף מען ארויסהענגען אויף ליע עוועניו העכער דעם הייוועי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:29 am
דורך יואב
Perhaps religion provides the justification for wars, but science provides the weapons.
James Rozoff
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:55 pm
דורך ישראל קאפקע
שטעלנדיג מיין טריט דורך דעם טויער וואס פירט מיר צו מיין פרייהייט, האב איך געוואוסט אז אויב וועל איך נישט איבערלאזן מיין ביטערקייט און האס אונטער מיר, וועל איך אלץ בלייבן אין טורמע.
~ נעלסאן מאנדעלע נאכן באפרייט ווערן נאכן זיצן 27 יאר אין תפיסה
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 12:24 pm
דורך ישראל קאפקע
Some people are so poor, all they have is money
Patrick Meagher ~