בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 3:37 am
דורך שבת אחים
מזל טוב! לייגן בילדער פון פרויען און מיידלעך איז נישט ערלויבט אין קאווע שטיבל, איך בין מוחה!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:57 am
דורך [NAMELESS]
שוין. אבי מ'האט דערלעבט דעם וויז'ניצער רעבין'ס מחאות דא אין קאווע שטיבל....!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:27 am
דורך סאשי פיש
יא עס איז א עכטע בילד!
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 10:44 pm
דורך מאן דאמר
היינט ביי אן הכנסת ס״ת אין בארא פארק האט די פאליציי געהייסן דעים עולם זיך צוגיין, א אינגערמאן איז ארעסטירט געווארן פארן נישט פאלגן, שמועה שמעתי אז ס׳איז פארבינדן מיט די שמירה שומרים קאנקורענץ, ס׳הייסט אז איינע פון די צוויי האבן גע׳מסר׳ט אז ס׳איז נישטא קיין פערמיט, עמיצער ווייסט עפעס מער?
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 11:30 pm
דורך קורקלענד
געווענליך ווען איינער אין אונזער געזעלשאפט וויל מאכן סיי וועלכע פובליק פארזאמלונג אדער צערעמאניע, א שטייגער ווי הכנסת ס''ת, הדלקה ל''ג בעומר, גרעסערע לוי', דארף מען זיך פארשטענדיגן מיטן רעגירונג פון פאראויס און ארויסנעמען רשות זיך צו באניצן מיטן גאס. ס'הייסט א 'פּערמיט' בלע''ז.
די אויטענטישע אופן וויאזוי ס'ארבעט איז אז מ'גייט צום רעגירונג בעוד מועד און מ'פיילט פאר רשות, און מ'גייט אדורך א קאמפליצירטע פראצעדור, און עווענטועל קען מען יא אדער נישט באקומען א פּערמיט. מיט די יארן איז עס עטוואס געווארן מער און מער קאמפליצירט,אזוי איז עס אויסגעקומען אז איז עס געווארן אסאך גרינגער זיך צו פארשטענדיגן מיט די פאליציי, און פון די אנדערע זייט האט מען אויסגעלאזט אלע פיילינגס, און מ'האט זיך כסדר פארשטענדיגט מיט די פאליציי אן א פּערמיט, און אלס האט זיך פיין געפירט.
מיט די יארן איז אויך געווארן איינגעפירט אז אנשטאט יעדער וואס ס'וויל פארמירן א פארזאמלונג זאל עס אליינס גיין ארלעידיגן, האט מען זיך ליבערשט באניצט מיט אזעלכע ארגענעזאציעס און ליעזאנס וואס האפן די פּאוער צו ארלעידיגן מיט די פאליציי. זיי האבן דערפאר גערעכנט שווערע געלטער און ס'האט זיך אזוי געפירט א וועלט.
אין ב''פּ האט די שומרים ארגענעזאציע געהאט אט די מאנאפאל, און יארן לאנג האבן זיי גערעכנט שווערע געלטער פאר די קאמיוניטי סערוויסעס. ביז איין טאג האט עפעס א רינג בחור'ל לייפער אדורך געטוהן די ענין און אנערקענט אז ס'רעדט זיך פון שווערע געלטער ענדערש ווי שווערע עסקנות, האט ער אויפגעמאכט א קאנקורענץ. ער איז אין יענע צייט געווען אינטערסירט מער אין די עסקנות ווי אין די פראפיט און דעריבער האט דאס אלס ארלעידיגט פאר קאָסט פרייז. למעשה האט ער שטארק אונטער געשניטן די רעוועניו פון שומרים און ס'האט זיי שטארק נישט געשמעקט. און כסדר האבן זיי פרובירט זיך נוקם ונוטר צו זיין אין דער לייפער/שמירה.
היינט, נישט אנדערש ווי אין די עבר האט שומרים נאכאמאל צוגעפאכעט שמירה, און אין איין וועגן אויך זוכה געווען צו הרג'ענען יענערס שמחה דקדושה, און אויך אין דער זייט ארלעידיגט א שרעקליכע קידוש השם.
ווי ווייט איך האב געהערט (זייער קראנט אבער נישט אלע פרטים). איז די מעשה געווען אזוי. די ארגאניזירער פון די הכנסת ס''ת האבן זיך געוואנדן צו שומרים אז זיי זאלן עס ארלעידיגן, אבער שומרים האט זיך אנטזאגט ווייל זיי זענען געווען ביזי ציוואס. האבן זיי זיך געוואנדן צו שמירה, און שמירה האט אלס ארלעידיגט. איך האב פארשטאנען אז שומרים האט ליבערשט געוואלט אז זיי זאלן אפשטעלן ס'גאנצע צערעמאניע פאר ווען זיי קענען זיך יא אויסקראצן. שמירה האט אבער יא דעליווערט.
וויבאלד אבער אז די זאכן ווערן נישט ארלעידיגט מיט די פאפירן, האט שומרים געניצט זייערע 'קאנקשאנס' (וואס זיי דארפן וויכטיג פאר אונזערט וועגן....) צו ברענגען אפאר פאליציי אפיצירן און קאליע מאכן ס'גאנצע צערעמאניע צוליב וואס זיי האבן זיך געטרויעט צו גיין מיט די אנדערע...........
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 12:29 am
דורך שמעון וואלף
אויף YWN שרייבט איינער אז דער ארעסטירטער איז גאר א שוואגער פאר איינער ברוינער פון די פירער ביי שומרים.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 5:14 pm
דורך איך אויך
כדרכם של יהודים איז דא עטליכע צדדים דא. אבער אין א פערזענליכע נאטיץ וואלט איך געזאגט פאר שמירה על דאטפת אטפוך.
ווער עס איז געווען דאס יאר אין קערעסטור ביים יארצייט האט מיטגעהאלטן ווי די שמירה בויעס זענען אזש געפלויגן ביז קיין אונגערן צו נעמען א צד אינעם רובין-פרידלענדער געפעכט/קאמפעטישן.
יא, איך ווייס מען האט זיי געצאלט (וואס איז פארשטייט זיך א עוולה נוראה צו נוטצן צדקה געלטער פאר אזוינע צוועקן) און איך ווייס אויך אז עטליכע פון זיי זענען שפעטער געקומן איבערבעטן אבער בשעת מעשה האט דאס געמאכט א גאר נידריגע איינדרוק ספעציעל ביי די באהערדע און געדינגענע וועכטער.
נ.ב. געוואלט שרייבן אויף עולם הביצה אבער כמובן פאר-וואס-ווען איז יענע אשכול שוין לאאאאנג פארשפארט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 7:55 pm
דורך מאן דאמר
אידער וועי, דער אינגערמאן וואס מען האט ארעסטירט, לדעתי, איז גאָרניִשׁט קיין רחמנות, נישט געפאלגט דעים פאליציי, און זיך קעגנגעשטעלט ביים ארעסטירן, זאל עס פראבירן דזשעראד קושנער וואלט מען אים אויך ארעסטירט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 8:13 pm
דורך קורקלענד
מאן דאמר האט געשריבן:אידער וועי, דער אינגערמאן וואס מען האט ארעסטירט, לדעתי, איז גאָרניִשׁט קיין רחמנות, נישט געפאלגט דעים פאליציי, און זיך קעגנגעשטעלט ביים ארעסטירן, זאל עס פראבירן דזשעראד קושנער וואלט מען אים אויך ארעסטירט.
אי''ה ביי דיר אויפן ארעסט.... אל תדין..... דער אינגערמאן איז נישט געקומען זיך צו שלאגן, ער איז געקומען אלס כבוד התורה. ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז, מיט רעכט, פאליציי געווענליך אינפארסירט נישט די געזעץ אזוי ברוטאל. און ס'האט זיך טאקע שפעטער ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט אזויפיל די פאליציי ווי די אמירה לעכום. אויב פארדאמען, קודם פארדאם שומרים אויף זייער שמוציגע אקט......
סתם אויף די פאליטישע מחלוקת פון די צוויי ארגענעזאציעס גייט מיר גאנץ ווייניק אָן ווער ס'איז יא אדער נישט שולדיג, אדער ווער ס'האט וועמען ציגעפיקסט...... אבער דאס אז שומרים האט אינוואלווד דא אומשולדיגע מענטשן איז זייער א שמוציגע אקט. דער וואס האט באצאלט און ארגיניזירט די צערעמאניע האט עס נישט פארדינט, און דער אינגערמאן האט עס אויך נישט פארדינט, און די שרעק וואס די פאגראם האט ארויף געווארפן אויף די מאמעס און קינדערלעך, אויך איז די תורה גארנישט שולדיג געווען. שיין דארפן זיך די וואס האבן אונטערגעשטעלט די איבערפאל, שעמען נאכמער די וואס פרובירן זיך אנצונעמען פאר זיי.....
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 8:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:ס'האט זיך טאקע שפעטער ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט אזויפיל די פאליציי ווי די אמירה לעכום.
שוין אן אלטן כלל, ווען עפעס אויסטערליש געשעט צו א איד, איז אלץ יד ישראל באמצע, קיינער האט נאכנישט אזויפיל שלעכטס געטון פאר די אידן ווי זיי אליינס.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 8:34 pm
דורך קורקלענד
למעשה שטעלט זיך ארויס אז דער אינגערמאן'ס ווידערשטאנד האט איהם מעגליך בעיקר ארויסגעהאלפן אז ס'זאל זיין א שטינק אין אז די פאליציי זאל אפטרעטן פון איהם און פארמעקן ס'גאנצע קעיס כאילי לא היה. ס'איז א דבר פשוט אז די ארעסט איז געווען א ריזיגע אומרעכט און מעגליך אפי' א קאראפטירטע אומלעגאלע סטאָנט. ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז אמת ויושר קען אמאל שרייען הויעך..... עסקנים האבן געוואלט זעהן דעם אינגערמאן אינדרויסן, נישט אזוי ווייט פאר זיין טובה נאר אז כדי זיי זאלן זיך נישט טרעפן אינעווייניג ......
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:07 am
דורך [NAMELESS]
דער וואס האט געזען די קליפס איז שאקירט ביז גאר, א סענזאציע וואס האט מיר דערמאנט פון שרעקעדיגע מאוויס פון WWII א חוצפה פון שומרים פארן רופן פאליציי און מסר'ן רציחה האט אויך א גבול, אפגערעדט פון דעם וואס יענקי דאסקאל האט שוין נישט וואס אריינצורעדן אין עניני סעקיוריטי אין אונזערע געגנטער ווייל... וד"ל פאר דער וואס געדענקט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:08 pm
דורך מאן דאמר
קורקלענד האט געשריבן:מאן דאמר האט געשריבן:אידער וועי, דער אינגערמאן וואס מען האט ארעסטירט, לדעתי, איז גאָרניִשׁט קיין רחמנות, נישט געפאלגט דעים פאליציי, און זיך קעגנגעשטעלט ביים ארעסטירן, זאל עס פראבירן דזשעראד קושנער וואלט מען אים אויך ארעסטירט.
אי''ה ביי דיר אויפן ארעסט.... אל תדין..... דער אינגערמאן איז נישט געקומען זיך צו שלאגן, ער איז געקומען אלס כבוד התורה. ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז, מיט רעכט, פאליציי געווענליך אינפארסירט נישט די געזעץ אזוי ברוטאל. .....
ער איז אן אויבער חכם און פארטיג, אלעס אנדערש איז אן עקסטערע פרשה, דא אין די יו עס עי ארבייט עס, ווען א פאליציי הייסט פאלגט מען, די ערשטע מאל, אז נישט ווערט מען ארעסטירט, אדער אפילו געשאסן